ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'שפג

ב"ה, ראש חודש אייר, ה'תשל"ב

ברוקלין, נ.י.

צו אלע אָנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער

פאַר דעם מוסד חינוך "אהלי תורה"

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

עס האָט מיר געפרייט צו באַקומען די ידיעה וועגן דער פאָרשטייענדער יערלעכער חגיגה ט"ז אייר הבע"ל, ויהי רצון אַז עס זאָל זיין מיט דער גרעסטער הצלחה אין אַלע הינזיכטן.

דער חודש אייר, ווי עס איז שוין וועגן דעם גערעדט געוואָרן, טיילט זיך אויס פון די אַנדערע חדשים פון יאָר דערמיט וואָס יעדער טאָג פון דעם חודש האָט אַ ספּעציעלע מצוה – די מצוה פון ספירת העומר.

אין צוזאַמענהאַנג דערמיט איז כדאי צו אונטערשטרייכן צוויי נקודות:

ערשטנס, אַז כאָטש אפילו אין געוויסע הינזיכטן איז פאַראַן אַן אונטערשייד אין די טעג פון דער וואָך און פון חודש – וואָכנטעג, שבת, ערב ראש-חודש, ראש-חודש וכו' – זיינען זיי אָבער אַלע גלייך אין דעם וואָס אַלע טעג, אָן אויסנאַם, דאַרפן זיין אָנגעפילט מיט קדושה – די קדושה פון תורה און מצוות אין אַלע פרטים פון טאָג-טעגלעכן לעבן. דאָס ווערט אונטערגעשטראָכן אין דער ברכה פון ספירת העומר יעדן טאָג פון דעם חודש: אשר קדשנו במצוותיו וציונו.

צווייטנס, כאָטש מ'האָט שוין מקיים געווען די מצוה דעם פריערדיגן טאָג, איז מען מקיים די מצוה דעם צווייטן טאָג, און דריטן טאָג, און יעדן טאָג – מיט דער זעלבער טייערקייט און לעבעדיקייט, ווי צום ערשטן מאָל, און אדרבה, יעדן טאָג דאַרף גאָר צוקומען אַ הוספה אין דער לעבעדיקייט און באַגייסטערונג פונם קיום המצוה. און אַזוי איז דאָס אין אַלע ענינים פון תורה און מצוות, אין איינקלאַנג מיט דעם ציווי: בכל יום יהיו בעיניך כחדשים – יעדן טאָג דאַרף אַ איד זיי אויפנעמען ווי זיי זיינען ערשט געגעבן געוואָרן ביים באַרג סיני.

אין אַנדערע ווערטער, דאָס מקיים זיין די מצוות אין טעגלעכן לעבן, טאָג-איין טאָג-אויס, טאָר ניט ווערן אַ מצוות אנשים מלומדה, אַ געוואוינהייט אָן חיות און באַגייסטערונג. פאַרקערט, יעדן טאָג דאַרף מען דאָס דורכלעבן טיפער און העכער, לויט דעם ציווי: מעלין בקודש.

פאַרשטייט זיך, אַז כדי צו דערגרייכן די דאָזיגע מדריגה, דאַרף אַ קינד באַקומען זיין תורה-טרייען חינוך פון דער פריסטער קינדווייז אָן, אין אַ מוסד חינוך און סביבה וועלכע זיינען דורכגעדרונגען מיט יראת השם און אהבת השם, וואָס דאַן ווערט מקויים די הבטחה: חנוך לנער על פי דרכו, גם כי יזקין לא יסור ממנה – דערצי דעם אינגל אויף זיין ריכטיגען וועג, אפילו ווען ער וועט אַלט ווערן וועט ער זיך ניט אָפּקערן דערפון.

און דאָס ברענגט אונז צוריק צום מוסד חינוך "אהלי תורה", וואָס זיין אויפגאַבע איז צו געבן דעם ריכטיגען תורה-חינוך, לויט ווי אויבן דערמאָנט, און האָט ב"ה געהאַט גרויס הצלחה אין דעם. זיכער וועלן אַלע אָנטיילנעמער און פריינט פון דעם העכסט-וויכטיגען מוסד חינוך געבן אים זייער פולסטע שטיצע, ביד נדיבה, צו דערמעגלעכן אים אָנצוגיין און אויסברייטערן זיין חינוך טעטיקייט. און דער זכות וועט יעדן איינעם און אַלעמען ביישטיין צו באַקומען דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אַלץ וואָס מ'נוטיגט זיך, בגשמיות וברוחניות.

בכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות,

מ. שניאורסאהן


נדפסה בלקו"ש חי"ב ע' 171 ואילך, והושלמה ע"פ צילום האגרת.

דער חודש אייר כו' ראה גם לעיל חכ"ו אגרת ט'תתצא, ובהנסמן בהערות שם.

דעם ציווי . . כחדשים שו"ע (ואדה"ז) או"ח הל' קריאת שמע סס"א ס"ב, מספרי (הובא בפרש"י) עה"פ ואתחנן ו, ו.

מצוות אנשים מלומדה ישעי' כט, יג. וראה תניא פל"ט (נג, ב). ובכ"מ.

מעלין בקודש ברכות כח, א. וש"נ. וראה גם לעיל אגרת י'כג, ובהנסמן בהערות שם.

די הבטחה משלי כב, ו.