ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'שצב

ב"ה, פסח שני, ה'תשל"ב

ברוקלין, נ.י.

צו דער 17-טער יערלעכער קאָנווענשאָן פון נשי ובנות חב"ד

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

עס האָט מיר געפרייט צו באַקומען די ידיעה וועגן דער פאָרשטייענדער יערלעכער קאָנווענשאָן, שבת מברכים חודש סיון. ויהי רצון, אַז עס זאָל זיין מיט הצלחה אין אַלע הינזיכטן.

אין די לעצטע וואָכן איז אויסגעקומען צו דערמאָנען עטלעכע מאָל דעם פסוק וואָס דוד המלך האָט געזאָגט אין נאָמען פון יעדן אידן, מאַן און פרוי, און אין נאָמען פון כלל ישראל:

כמופת הייתי לרבים ואתה מחסי עוז – "איך בין אַ מוסטער פאַר פיל, און דו (ג-ט) ביסט מיין שטאַרקע באַשיצונג".

איינע פון די נקודות אין דעם איז, אַז יעדער איד אַלס יחיד, און דאָס אידישע פאָלק אַלס פאָלק, אין צוגאָב צו דער אייגענער שלימות וואָס זיי דאַרפן דערגרייכן, טראָגן זיי אַן אחריות פאַר דער אַרומיגער וועלט און דאַרפן דינען אַלס מופת לרבים.

לכאורה קען מען טראַכטן: ווי קען אַ קליין פאָלק דינען אַלס מוסטער און באַגייסטערונג פאַר דער גאַנצער וועלט, בשעת די וועלט איז אַזוי אַריינגעטאָן אין גשמיות און ווערט נתפעל פון כמות מער ווי פון איכות? און אַזוי קען אויך טראַכטן אַ איד, אַ שומר תורה ומצוות: ווי קען איך, אַ יחיד צווישן אַ רבים, עפּעס אויפטאָן?

איז דער ענטפער אויף דעם אין דעם זעלבן פסוק: ואתה מחסי עוז. אידן גייען מיט דער שטאַרקייט פון דעם אויבערשטן, און מיט די כוחות וואָס זיי באַקומען פון דער ג-טלעכער תורה ומצוות.

אין דעם זין דערציילן אונזערע חכמים זכרונם לברכה, אַז בשעת דער אויבערשטער האָט די אידן געגעבן די תורה אויפן באַרג סיני, אין מדבר סיני, אָפּגעזונדערט פון דער גאַנצער וועלט, האָבן אָבער די עשרת הדברות אָפּגעקלונגען אין אלע עקן פון דער וועלט און האָבן אויפגעטרייסלט אַלע פעלקער. זיי האָבן זיך אָבער באַרואיגט ווען זיי האָבן זיך דערוואוסט די סיבה דערפון, אַז ג-ט האָט אידן געגעבן די תורה. דאַן האָבן זיי געזאָגט: ה' עוז לעמו יתן, ה' יברך את עמו בשלום – "וויבאַלד – ג-ט גיט שטאַרקייט (די תורה) צו זיין פאָלק; ג-ט וועט בענטשן זיין פאָלק מיט שלום".

דערמיט ווערט אונטערשטראָכן, אַז דער כוח וואָס אידן באַקומען דורך דער ג-טלעכער תורה, איז ניט אַ ברוטאַלער כוח צו באַהערשן די פעלקער, נאָר, אדרבה, די תורה ברענגט שלום אויף דער וועלט, שלום פאַר דעם יחיד, און שלום פאַר דעם כלל, און וועט סוף כל סוף ברענגען שלום אויך צווישן די פעלקער.

אין דער איצטיגער צייט, ווען עס הערשט אַן אומגעהויערע צעטומלעניש און בילבול המוחות, דאַרף דער קול קול יעקב, דער קלאָרער רוף פון תורה און מצוות, הילכיג אָפּקלינגען אומעטום וואו אידן שומרי תורה ומצוות געפינען זיך.

און פונקט ווי באַ מתן-תורה, ווען דער אויבערשטער האָט געהייסן משה רבינו צו ריידן צוערשט צו די פרויען ("בית יעקב") און דערנאָך צו די מענער ("בני ישראל"), אזוי אויך היינט האָבן אידישע פרויען אַ גאָר וויכטיגע ראָלע אין דער אויפהאַלטונג און פאַרשפּרייטונג פון תורה און מצוות אין טאָג-טעגלעכן לעבן. ספּעציעל נעמענדיג אין אַכט, אַז ווען עס האַנדלט זיך וועגן השפעה – מופת לרבים – האָט דער וואַרעמער געפיל אַ שטאַרקערן אָפּקלאַנג ווי דער קאַלטער שכל, און פרויען זיינען דאָך בכלל באַשאָנקען געוואָרן מיט אַ גרעסערער מאָס געפיל און צאַרטקייט ווי מענער.

אזוי ווי די יערלעכע קאָנווענשאָן קומט פאָר שבת מברכים חודש סיון, דער חודש פון מתן-תורה, וועלן דאָך אַלע זיכער שטיין אונטער דעם איינדרוק פון די דאָזיגע טעג, ווי אויבנדערמאָנט, און אין דעם גייסט וועט זיכער אויסגעפורמט ווערן אַן אויסגעברייטערטע און פאַרשטאַרקטע טעטיקייט פון נשי ובנות חב"ד, מיט באַנייטע און פאַרגרעסערטע כוחות.

בברכה להצלחה ברוחניות ובגשמיות ולבשורות טובות בכל האמור,

מ. שניאורסאהן


נדפסה בלקו"ש ח"ח ע' 273 ואילך, והושלמה ע"פ צילום האגרת. וראה גם אגרת שלאח"ז – בלה"ק.

דעם פסוק תהלים עא*, ז.

*) הקאַפּיטל שהתחילו לומר בי"א ניסן השתא – ראה בהנסמן לעיל אגרת ט'תתקצז בשוה"ג.

דעם פסוק . . אין נאָמען פון יעדן אידן ראה שהש"ר עה"פ (שמואל-ב כג, א) נעים זמירות ישראל (פ"ד, ד (בתחילתה)).

דערציילן אונזערע חכמים זבחים קטז, א. מכילתא דרשב"י עה"פ יתרו יט, טז. ספרי עה"פ ברכה לג, ב. ועוד.

ה' . . בשלום תהלים כט, יא.

קול קול יעקב תולדות כז, כב.

צוערשט צו די פרויען כו' מכילתא (הובא בפרש"י) עה"פ יתרו יט, ג. וראה גם השיחה להמשתתפות בהכינוס של אגודת נשי ובנות חב"ד תחיינה, יום א' פ' נשא, ר"ח סיון שנה זו (שיחות קודש תשל"ב ח"ב ע' 264 ואילך).