ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'שצז

ב"ה, ל"ג בעומר, ה'תשל"ב

ברוקלין, נ.י.

מרת שולה שפרה תחי' קייזען

ברכה ושלום!

איך האָב מיט פאַרגעניגען ערהאַלטן אייערע בריוו, און עס האָט מיר געפרייט צו לייענען דעם באַריכט וועגן דער גוטער אַרבעט וואָס איר און אייערע מיטאַרבעטאָרינס טוען צו פאַרשפרייטן אידישקייט, תורה און חסידות, אין אייער שטאָט.

אזוי ווי צו גוט איז קיין שיעור ניטאָ, זאָל השי"ת העלפן, אַז די גוטע אַרבעט זאָל אָנגיין אין אַ כסדר וואַקסנדן פאַרנעם, און דאָס זאָל געטאָן ווערן מיט פריילעכע הערצער און מיט אמת'ע נחת אין אַלע הינזיכטן.

די בקשת ברכה – פ"נ – וועט געלייענט ווערן אויפן ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר בעת רצון, און דער אויבערשטער זאָל געבן איר זאָלט קענען אָנזאָגן גוטע בשורות תמיד, וועגן זיך און וועגן אַלע מיטגלידער פון דער משפחה און גוטע פריינד.

דער זכות פון דער צדקה, וואָס די קבלה איז דאָ בייגעלעגט, זאָל אייך אַלעמען ביישטיין צו אַ הוספה אין דעם אויבערשטנס ברכות בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות.

נ.ב. בייליגענד איז אַ קאָפּיע, וואָס רעדט פאַר זיך, און געוויס וועט איר ווייטער דערמוטיגען זיי און אַלע פריינד צו גיין מחיל אל חיל.


אין אייער שטאָט: קליוולאַנד, אָהאַיאָ.

בייליגענד איז אַ קאָפּיע דלעיל אגרת י'שצב.

מחיל אל חיל תהלים פד, ח. וראה ברכות בסופה. שו"ע אדה"ז או"ח סקנ"ה ס"א. וש"נ.