ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'תה

ב"ה, ראש חודש סיון, ה'תשל"ב

ברוקלין, נ.י.

פאַמיליע גליקאס שי'

שלום וברכה!

פון צייט צו צייט פרעג איך זיך נאָך און באַקום גרוסן וועגן אייך פון ר' ישראל ארי' לייב שי' זאַיאַנץ, און לעצטענס האָב איך פון אים געהערט, אַז די שטימונג איז באַ אייך ניט ווי עס באַדאַרף צו זיין.

האָט עס מיר געוואונדערט, בפרט דערמאָנענדיג זיך אויף אייך און וויסנדיג אייער בטחון אין דעם אויבערשטן, וואָרום אַז אַ איד פאַרלאָזט זיך אויף דעם אויבערשטן, איז דאָך ניטאָ קיין אָרט פאַר דאגות אד"ג. און כאָטש די הייליגע תורה זאָגט, אַז אַ איד דאַרף טאָן דאָס וואָס איז אָפּהענגיג פון אים דורך נאַטירלעכע מיטלען, זאָגט אָבער די זעלבע הייליגע תורה אַז דאָס מוז גיין צוזאַמען מיט אַ שטאַרקן בטחון אין דעם אויבערשטן, וואָס ער איז דער בעל-הבית פון דער וועלט און פּאַסט אויף אויף יעדן איינעם און איינע. מערניט וואָס דער אויבערשטער אַליין וויל, אַז מ'זאָל טאָן וואָס מ'דאַרף געוויינלעך טאָן. במילא, ווען עס האַנדלט זיך וועגן געזונד – דאַרף מען באַזוכן אַ דאָקטאָר און אויספילן זיינע אָנווייזונגען; און בנוגע פרנסה – דאַרף מען זוכן וועגן צו פאַרבעסערן די געשעפטן; און אויב עס זיינען פאַראַן פּראָבלעמען וועגן קינדער – דאַרף מען זיך באַראַטן מיט פריינד און גוטע פריינד, אא"וו. אָבער צוזאַמען דערמיט דאַרף מען וויסן און זיין גאַנץ געזיכערט, אַז די ברכה און הצלחה קומט פון אויבערשטן, מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה ("פון זיין פולע, אָפענע, הייליגע און ברייטע האַנד").

פאַרשטייט זיך, אַז אַ מענטש קען ניט וויסן דער אויבערשטנ'ס "קאַלענדאַר", ווען די ברכה וועט קומען, אָבער וואָס שטאַרקער דער בטחון, אַלץ פריער קומט די ברכה. בפרט אין אייער פאַל, וואָס איר האָט פאַרגרעסערט די "כלים" צו באַקומען דעם אויבערשטנ'ס ברכות דורך פאַרשטאַרקען די אָפּהיטונג פון תורה און מצוות אין טאָג-טעגלעכן לעבן, כשרות, תפילין, שמירת שבת און יום-טוב אא"וו. דערצו האָט איר נאָך דעם זכות וואָס דורך אייער ביישפּיל האָט איר געווירקט און געבראַכט נאָך אידן צו פירן זיך ווי דער אויבערשטער וויל און האָט דערנעענטערט אידישע משפחות צו אידישקייט, וואָס דאָס איז גאָר אַ גרויסער זכות.

דעריבער האָף איך, אַז איך וועל באַקומען פון אייך אַ פריילעכע ידיעה, אַז ניט נאָר איז אייער בטחון אין דעם אויבערשטן ניט אָפּגעשוואַכט געוואָרן חס ושלום, נאָר אדרבה איז נאָך שטאַרקער געוואָרן און אין דעם גייסט ערפילט איר די אָנווייזונגען פון דעם דאָקטאָר, און אַזוי אויך אין די אַנדערע ענינים אויף אַ נאַטורעלן וועג, און דאַן האָף איך און בין מתפלל און בין זיכער אַז איר וועט זען דעם אויבערשטנ'ס ברכות אָפענערהייט.

גראַדע איצט געפינען מיר זיך אין די ספּעציעל מזל'דיגע טעג, ווען אידן גייען פונדאָסניי מקבל זיין די תורה און מצוות אין דעם יום-טוב שבועות, זמן מתן תורתנו, וואָס צוזאַמען מיט תורה און מצוות באַקומען אידן די ג-טלעכע ברכות אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך, מאַטעריעל און גייסטיג.

מיט וואונש צו געזונד, און שטאַרקען בטחון, פרנסה און נחת פון אַלע קינדער שיחיו.


מידו . . והרחבה: נוסח ברכה ג' דברכת המזון.