ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'תלא

ב"ה, י"ד תמוז, ה'תשל"ב

ברוקלין, נ.י.

מר נתנאל הכהן שי' באסין

יאָהאַנעסבורג

שלום וברכה!

איך האָב ערשט ערהאַלטן אייער בריוו פון 20/6, אין וועלכן איר שרייבט אייניגע פרטים וועגן זיך, ווי אויך אייערע געדאַנקען וועגן די סיבות פון אַנטיסעמיטיזם, און בכלל וועגן דער געשיכטע פון אידישן פאָלק און וואָס ער איז דורכגעגאַנגען.

זעלבסטפאַרשטענדלעך, אַז מ'קען און מ'דאַרף מאריך זיין אין דעם מיט אַ גאָר גרויסע אריכות. די נקודה אין דעם אָבער, ווי איר שרייבט אַליין, איז אַז דער ענטפער איז שוין דאָ אין מערערע ערטער אין תורה, וואָס זי איז תורת אמת, אויף אַזוי ווייט אַז מ'האָט דאָס אויך אַריבערגעשטעלט אין פאַרשידענע תפילות, ביז גאָר אין קורצן, אין פיר ווערטער: ומפני חטאינו גלינו מארצנו.

עס איז אויך פאַרשטענדלעך און קלאָר, אַז דאָס איז געזאָגט געוואָרן ניט סתם צו דערקלערן אַ דערשיינונג און דאָס אַלעס, נאָר כדי אַז מ'זאָל זיך אין דעם אַריינטראַכטן, וואָס יעדערער קען און דאַרף טאָן אין דעם. דאָס זאָגט אויך קלאָר, אַז יעדערער האָט אין דעם אַ שליחות צו טאָן און אויפטאָן לויט זיינע מעגלעכקייטן.

אין וואָס די שליחות באַשטייט, איז אויך זייער איינפאַך: וויבאַלד אַז מפני חטאינו גלינו מארצנו, מיט אַלע ערשיינונגען וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט גלות, איז פאַרשטענדלעך, אַז דער איינציגער וועג אַרויסצוגיין פון גלות, און זייענדיג אין גלות – צו פאַרקלענערן די ניט-געוואונשענע ערשיינונגען, איז צו באַזייטיגן די סיבה – ומפני חטאינו. ערשט דערנאָך איז דאָ אַן אָרט צו טראַכטן, וואָס דאַרף מען אויך טאָן בדרך הטבע.

עס איז באַקאַנט אין דעם דער משל און ביישפיל: בשעת אַ מענטש שפּרינגט אַריין אין זודיגע וואַסער, מוז דאָס ברענגען אומפאַרמיידלעכע קאָנסעקווענצן און ווייטאָגן בנוגע זיין הויט, פלייש, ביינער אא"וו. פאַרשטייט זיך, אַז עס איז זינלאָז צו שמירן די הויט מיט אַ שמירעכץ אָדער געבן אים פּילן צו אָפּקילן זיין טעמפּעראַטור אד"ג, און דערביי גאָרניט טאָן, אָדער טאָן ניט וויפל מ'קען טאָן, אַרויסצונעמען אים פון די זודיגע וואַסער. ערשט נאָכדעם ווי מ'נעמט אים אַרויס פון די זודיגע וואַסער קען מען און מ'דאַרף טאָן אַלץ וואָס מעגלעך צו היילן אים פון די וואונדן וואָס די זודיגע וואַסער האָט פאַראורזאַכט. והנמשל מובן.

ס'איז אויך זעלבסטפאַרשטענדלעך, אַז מיט מיין שרייבן צו אייך איז ניט אַזוי געמיינט די פילאָזאָפישע באַהאַנדלונג פון דעם ענין, נאָר דער עיקר איז בנוגע לפועל.

וויבאַלד אַז איר שטאַמט פון דער אַלטער היים און האָט געזען אַן אמת'ן אידישן לעבן אין שטעטל און דאָס האָט זיך איינגעקריצט אין אייער זכרון און השקפה, ווי מ'זעט דאָס אויך פון אייער שרייבן, איז צום אַלעם ערשטן דאַרף מען זען, אַז באַ יעדן איינעם וועמען מ'קען דערגרייכן, זאָל צוקומען אין זאַכן פון אידישקייט. געמיינט גאָר איינפאַך: אין לעבן על פי תורה און מקיים זיין די מצוות אין טאָג-טעגלעכן לעבן. און אָנהויבן טאָן אין דעם איז דורך ווייזן אַ לעבעדיגן ביישפיל, אַז ווי גוט עס איז, קען מען שטענדיג מוסיף זיין אַז עס זאָל זיין נאָך בעסער. און אַ לעבעדיגער ביישפיל איז די בעסטע פּראָפּאַגאַנדע, בפרט אַז עס ווערט נאָכגעפאָלגט מיט דברים היוצאים מן הלב, וואָס לויט דער הבטחה פון אונזערע חכמים ז"ל זיינען נכנסים אל הלב און ווערן ניט פאַרפאַלן.

און מ'זעט בפועל, אַז ווען דאָס קומט פון אַ אידן וואָס איז ניט קיין רב אָדער מגיד אד"ג, האָט דאָס אַ גרעסערע ווירקונג.

ויהי רצון אַז איר זאָלט קענען אָנזאָגן גוטע בשורות אין דאָס אַלעס אויבנגעשריבענע.

בכבוד ובברכה.


הבטחה פון אונזערע חכמים ז"ל: ראה ס' הישר לר"ת שער יג, הובא בשל"ה שער האותיות אות ל' (סט, א).