ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'תנ

ב"ה, ז' מנחם אב, ה'תשל"ב

ברוקלין, נ.י.

אין ענטפער אויף אייער בריף,

. . . דער אַריינבריינגען פון גויים וואָס האָבן זיך ניט מגייר געווען כהלכה – אין כלל ישראל

אין צוגאָב צו פילע עיקר-זאַכן וועגן וועלכע מ'האָט שוין מערערע מאָל גערעדט און געשריבן,

אונטערשטרייכט אויך נאָך מער און מער דעם טיפן ווייטאָג און אבלות פון די איצטיגע טעג, ווען גויים זיינען אַריין אין בית המקדש (ז' אב) ביז צום פאַרברענען פון בית המקדש אין טאָג פון תשעה באב.

יעדער איד, ווער ער זאָל ניט זיין און אין וואָס פאַר אַ מצב אין תורה און מצות ער זאָל זיך ניט געפינען – איז ער דעם אויבערשטענ'ס בית המקדש,

און דער אַריינבריינגען גויים (איינעם, אָדער צוויי, אָדער מערערע) אין כלל ישראל, אָדער דער צוהעלפן אין דעם, אויך אפילו דער שטייען פון דער זייט און "באַרוהיגען" זיך אַז עס איז ניט זיין זאַך,

פאַרטיפט נאָך מער דעם צער פון דער העכער 1900 יאָריגער אבלות פון תשעה באב,

ובלשון פון ירמי' הנביא: כסתה כלימה פנינו כי באו זרים על מקדשי בית ה',

און עס דאַרף בריינגען – יעדן איינעם אָדער איינע און ספּעציעל די וואָס האָבן וועלכע עס איז השפעה – צו אופהערען "באַרוהיגען" (פאַרטומלען) זיך (און במילא – אויך אַנדערע), בריינגען צו חרטה און מעשים טובים בפועל אין דעם ענין פון גיור כהלכה בפרט,

און אין דעם ענין פון "חטאינו" בכלל,

און דורך מבטל זיין די סיבה – דעם מפני חטאינו – וועט בטל ווערן דער מסובב (רעזולטאַט) – דער גלינו מארצנו –

גלייך אוסגעלייזט ווערן פון דעם אינווייניגסטן גלות און פון גלות אין פשוט'ן זין – דורך דער גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.

בברכה.


נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 253 ואילך. וראה גם אגרת שלאח"ז.

און געשריבן ראה גם לעיל אגרת י'ב, ובהנסמן בהערות שם.

השוכן אתם גו' אחרי טז, טז.

מפני חטאינו . . גלינו מארצנו נוסח תפלת מוסף דיו"ט.

אַריין . . ז' אב תענית כט, א.

יעדער איד . . מצב יומא (נז, רע"א): השוכן אתם גו'.

"באַרוהיגען" ראה שבת (נה, א): להם מי גלוי.

ירמי' הנביא ירמי' נא, נא.

גלייך אויסגעלייזט רמב"ם הל' תשובה פ"ז ה"ה (וראה אגה"ת לרבנו הזקן פי"א): ומיד הן נגאלין.