ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'תנד

ב"ה, י"ג מנחם אב, ה'תשל"ב

ברוקלין, נ.י.

לכבוד מר חיים שי' גראַדע

שלום וברכה!

איך פיל זיך שולדיג וואָס איך האָב ביז איצט ניט געענטפערט אויף אייער בריוו פון אַ לענגערע צייט צוריק. די סיבה דערפון איז וואָס איך האָב געוואָלט ענטפערן באריכות און האָב געוואַרט אויף אַ פרייע צייט. אָבער ליידער ווערן די טרדות נאָך מער.

איצט אָבער, אַזוי ווי הרב לייב שי' גראָנער האָט מיר איבערגעגעבן, אַז ער האָט באַקומען אַ בריוו פון אייער פרוי תחי', האָב איך זיך אָפּגעריסן פון פאַרשידענע טרדות, כדי ווייניקסטנס בקיצור אָפּדאַנקען אייך פאַר אייערע גוטע וואונשן.

ויהי רצון אַז עס זאָל מקויים ווערן באַ אייך און אייער פרוי דאָס וואָס די תורה זאָגט: ואברכה מברכיך, אַז יעדערער וואָס בענטשט אַ אידן ווערט געבענטשט פון אויבערשטן אַליין, וואָס זיין ברכה איז, כידוע, מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה.

זעלבספאַרשטענדלעך, פאָלג איך נאָך וואָס עס ווערט געדרוקט פון אייך אין "פאָרווערטס". אין צוגאָב צום אינהאַלט, איז דאָס באַ מיר אַ סימן, אַז אייער געזונד איז בסדר, און איר גייט אָן מיט אייער באַשרייבן די אידישע פאַרגאַנגענהייט, וואָס איז נאָענט לפי ערך אין זמן אָבער ליידער אַ סך ווייטער אין אינהאַלט, ספּעציעל אין פאַרגלייך מיט אַמעריקע.

ויהי רצון, אַז אייער שרייבן זאָל בייטראָגן צו דעם ניט לאָזן פאַרגעסן די ירושה – די אמת'ע ירושה וואָס ציט זיך ווי אַ גאָלדענער פאָדעם דורך צענדליגער און צענדליגער דורות; אַ ירושה וואָס יעדער איד באַקומט דורך זיינע זיידעס און עלטער-זיידעס, ביז צו די ערשטע אבות ואמהות, אברהם, יצחק און יעקב, שרה, רבקה, רחל און לאה.

און ווי עס ווערט אונטערשטראָכן אין דעם טערמין "ירושה", איז לויט אַלע געזעצן, וויבאַלד אַז ער איז אַ זון און אייניקל אז"וו, איז ניט קוקנדיג וואָס זיין אייגענער מעמד און מצב איז, זיין מאָס, קלוגשאַפט אָדער מדריגה פון פרומקייט, אד"ג – ירש'נט ער דעם אייגנטום פון זיין פאָטער, זיידען און עלטער-זיידען, ביז צום אָנהויב פון די דורות.

און די אמת'ע ירושה איז ניט דער גשמיות'דיגער אייגנטום, וואָס דאָס האָט צוגענומען בבל און רוים און זייערע יורשים, נאָר די אמת'ע אידישקייט וואָס דרינגט-דורך דעם לעבן פון אַ אידן פון געבורט אָן.

און ווי גערעדט מערערע מאָל, אַז דער אונטערשייד פון אידישן דרך- החיים און דעם אַרט לעבן באַ אַנדערע פעלקער איז וואָס זייער אמונה רירט אָן און איז באַגרענעצט צו באַשטימטע צייטן און פּאַסירונגען, צי אַ זונטאָג אָדער אַ פרייטאָג, אָבער האָט ניט צו טאָן מיטן עסן און טרינקען און וואָכעדיגע טעג. באַ אידן אָבער איז אידישקייט אַן אַרט לעבן, אַ טאָג-טעגלעכער לעבן וואָס גייט-אָן [אָן] קיין אונטערברעכונג. ועל דרך הצחות – חיים אין אַ גראַדען, אונאונטערבראָכענעם וועג און המשך.

עס האָט מיר געפרייט צו דערוויסן זיך פון אייער פרוי'ס בריוו, אַז איר שטייט אין פאַרבינדונג מיט ידידנו פּרעז. שז"ר שליט"א. ויהי רצון אַז עס זאָל זיין בשורות טובות בנוגע צו יעדערן בכל הפרטים.

בכבוד ובברכת הצלחה.

אַ גרוס צו מרת גראַדע תחי' און נאָכאַמאָל אַ דאַנק פאַר די גרוסן אין איר בריוו.


מר חיים גראַדע: אגרת נוספת אליו – לעיל אגרת י'קצא.

ואברכה מברכיך לך לך יב, ג.

יעדערער וואָס בענטשט . . ווערט געבענטשט ראה סוטה לח, ב. ירושלמי ברכות ספ"ח, הובא בתוד"ה ואברכה – חולין מט, א.

מידו . . והרחבה נוסח ברכה ג' דברכת המזון.

נאָענט לפי ערך אין זמן . . אַ סך ווייטער אין אינהאַלט ראה גם לקמן אגרת י'תקמו.

חיים אין אַ גראַדען רמז לשמו.