ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'תעח

ב"ה, ח"י אלול, ה'תשל"ב

ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל בכל מקום שהם

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

די צייט פון צוגרייטונג צו ראש השנה, דעם טאָג ווען דער אויבערשטער האָט פאַרענדיקט בריאת העולם (די וועלט באַשאַפונג) מיט דער באַשאַפונג פון דעם בחיר הנבראים, דעם מענטשן, איז אויך די צייט אַריינצוטראַכטן זיך וועגן דער בריאה און דעם אופן הבריאה און – ווי פון יעדער זאַך – אַרויסנעמען דערפון אָנווייזונגען, ביז – בהנוגע צום טאָג טעגליכן לעבן, והמעשה הוא העיקר.

לויט דעם רצון פון באַשעפער, אַז עס זאָל זיין מה רבו מעשיך, באַשטייט די וועלט פון אומצאָליגע, באַזונדערע און פאַרשידענע זאַכן. אָבער גלייכצייטיג האָבן אַלע זאַכן געוויסע אינערלעכע שטריכן וועלכע פאַרבינדן און פאַראיינציגען זיי אַלע אין איין איינהייט.

דאָס איז אויך פאַרשטענדלעך, נעמענדיג אין אַכט, אַז אַלע זאַכן אין וועלט זיינען באַשאַפן געוואָרן דורך דעם איין און איינציגען באַשעפער, דורך הוי' אחד; דערפאַר איז אויך דאָ אַן אינערלעכע און אמת'ע אחדות אין אַלע זאַכן וואָס ער האָט באַשאַפן, פון דעם דומם ביז דעם מדבר. עס פאַרשטייט זיך אַז די אחדות איז מער מערקבאַר אין זאַכן וועלכע געהערן צום זעלבן סוג: דומם, צומח, חי אָדער מדבר.

דעם דאָזיגען געדאַנק האָבן אונזערע חכמים, זכרונם לברכה, ספּעציעל אַרויסגעבראַכט אין צוזאמענהאַנג מיט דעם מין האדם. זאָגן אונזערע חכמים, אז דער באַשעפער האָט אַלע מענטשן אויסגעפורמט אין דעם זעלבן חותם ("שטעמפּל"), אין דעם חותם פון אדם הראשון, צוזאַמען דערמיט אָבער זיינען אַלע מענטשן פאַרשידנאַרטיק, אַזוי אַז עס זיינען ניטאָ צוויי מענטשן אויף דער וועלט וואָס זאָלן זיין גלייך אין אַלע הינזיכטן: אין פרצופיהן דומין (זייערע געזיכט-שטריכן זיינען ניט ענליך) און – אין דריי זאַכן אונטערשיידן זיך מענטשן איינער פון צווייטן: בקול (אין שטימע), במראה (אויסזען), ובדעת (פאַרשטאַנד).

***

דער פּרינציפּ פון פאַרשידנאַרטיקייט צוגלייך מיט אייניקייט אין אַלע זאַכן פון דער וועלט איז גילטיק אויך בנוגע זמן – צייט. די צייט איז איינגעטיילט אין טאָג און נאַכט, וואָכן-טעג און שבת און יום טוב וכו', וואָס יעדער צייט-אָפּשניט האָט זיינע אייגנאַרטיקע סגולות און באַדייטונגען בכלל, און פאַר דעם מענטשן בפרט. אָבער גלייכצייטיק זיינען פאַראַן ענינים וועלכע פאַרבינדן און פאַראייניגען אַלע צייטן אין איין המשך.

אַזוי אויך בנוגע ראש השנה: אַלע ראש השנה'ס זיינען גלייך אין פילע ענינים, ווי – אין די אַלגעמיינע הוראות פאַר דער שנה חדשה (נייעם יאָר), און ווי עס איז אָפט דערמאָנט געוואָרן, אַז ראש השנה איז דער "קאָפּ" פון יאָר. צוזאַמען דערמיט איז יעדער ראש השנה אַ נייע זאַך און אייגענאַרטיק – ער בריינגט אַן אייגענאַרטיגע באַנייאונג אין וועלט, נייע כוחות און סגולות.

ספּעציעל בולט איז די אייגנאַרטיקייט פון ראש השנה לגבי די מערהייט פון ראש השנה'ס ווען יום טוב של ראש השנה חל להיות בשבת – ווען דער ערשטער טאָג ראש השנה פאַלט אויס בשבת, ווי די קביעות איז היי-יאָר. אין דעם פאַל פאַראייניגט זיך די קדושה פון ראש השנה מיט דער קדושה פון שבת, און גיט דעם ראש השנה אַ נייע באַדייטונג און אינהאַלט, וואָס אַלס "קאָפּ" פון יאָר, ווי אויבנדערמאָנט, מוז דאָס זיך אָפּשפּיגלען אין טאָג-טעגלעכן לעבן פונם גאַנצן יאָר.

***

דער אַלגמיינער אונטערשייד צווישן די וואָכן-טעג און שבת, ובפרט – בנוגע אַ מענטשן איז, וואָס די וואָכנטעג זיינען אַרבעט-טעג (ששת ימים תעבוד ועשית כל מלאכתך) און שבת איז אַן אַרבעטסלאָזער טאָג (לא תעשה כל מלאכה), אַ רו-טאָג.

לכאורה איז ניט פאַרשטענדלעך: פון געבורט אָן איז, ווי די תורה ווייזט אָן: אדם לעמל יולד – "דער מענטש איז צו האָרעוואַניע געבאָרן" (מיט אַ הפסק (איבעררייס) פון רו, שלאָפן א.ז.וו. כדי צו קאָנען אָנגיין מיט דעם עמל). לויט דעם קומט אויס, אַז ראש השנה וואָס פאַלט אויס שבת, וואָס דאַן אונטערשטרייכט ראש השנה אויך אַלס "קאָפּ" און אָנפירער פון אַלע און פון יעדער טאָג פון קומענדן יאָר, דעם ענין פון לא תעשה כל מלאכה, איז דאָס אין ווידערשפּרוך צום פּרינציפּ פון אדם לעמל יולד?

איינע פון די ערקלערונגען, וואָס פאַרענטפערט די דערמאָנטע סתירה, איז: אַ מענטש איז צוזאַמענגעשטעלט פון אַלערליי פאַרשידענע זאַכן און אייגענשאַפטן, און בכללות – פון גוף און נפש. במילא איז אויך אין אַלע זיינע ענינים און טעטיקייטן דאָ דער צוזאַמענשטעל פון גוף און נפש; אין אַנדערע ווערטער – רוחניות און גשמיות. אויך אין דעם ענין פון אדם לעמל יולד זיינען דאָ עמל גשמי און עמל רוחני, אָדער ווי חכמינו זכרונם לברכה רופן דאָס אָן: עמל מלאכה און עמל תורה. מער בפרטיות: די פאַנאַנדערטיילונג פון גשמיות און רוחניות איז פאַראַן אין ביידע סאָרטן עמל; אין עמל מלאכה (ווי אויך – אין עמל תורה) איז פאַראַן עמל גשמי און עמל רוחני און אין יעדערן פון זיי – די רוחניות'דיגע זייט דערפון און די גשמיות'דיגע,

און בדוגמא ווי שבת איז אַ אידן'ס אדם לעמל יולד אין עמל תורה – אַזוי איז די ספּעציעלע אָנווייזונג פון יום טוב של ראש השנה שחל להיות בשבת אַז אין די אַלע טעג פון אָנקומענדען יאָר זאָל זיין דער עיקר עמל אין עמל תורה (און מצות), און אויך אין דעם עמל מלאכה זאָל אַרויסגעבראַכט ווערן און אונטערשטראָכן ווערן די רוחניות וואָס אין דעם.

אין אַנדערע ווערטער: מען ערוואַרט פון יעדער אידן, מאַן אָדער פרוי, יונג אָדער אַלט, אַז ער זאָל אַריינברענגען "שבת'דיקייט" אין זיין גאַנצען עמל – אויך אין די וואָכעדיגע מלאכות; אַריינברענגען רוחניות און קדושה אויך אין די געוויינלעכע און וואָכעדיגע ענינים פון טאָג-טעגלעכן לעבן, ביז אַז זיי זאָלן אינגאַנצען דורכגעדרונגען ווערן מיט שבת'דיקייט.

צו בריינגען אַן איינפאַכן ביישפּיל: ווען איינער האָט אַ שטעלע, מסחר א.ז.וו. איז די כוונה אין דעם – דער פאַרדינסט, פרנסה. עס מוז אָבער זיין די רוחניות און נשמה פון דעם, דער כל מעשיך לשם שמים (אַלע דיינע טואונגען צוליב הייליגע צוועקן): מען דאַרף דאָך געבן צדקה, האָבן אַ רוהיגע קאָפּ אויף לערנען תורה, צאָלן שכר-לימוד פאַר קינדער צו לערנען תורה, אד"ג, פאַרנעמט ער זיך דערפאַר מיט זיין עמל, כדי דורכדעם צו דערגרייכן די אויבענדערמאָנטע צילן.

און אַז ער ווערט דורכגעדרונגען מיט דער רוחניות'דיגער כוונה – איז דאָך זעלבסטפאַרשטענדליך אַז זיין עמל שטערט אים ניט צו לערנען תורה און מקיים זיין מצות, אַז ער וועט געבן אויף צדקה פון די בעסטע און שענסטע א.ז.וו.

***

קען מען דאָך פרעגן, ווי קען יעדער איינער און נאָכדערצו – יעדן טאָג פון אַ גאַנץ יאָר קומען צו אַזאַ מדריגה? איז דער ענטפער – פאַרשטאַנדיג פאַר יעדן איינעם: וויבאַלד דער אויבערשטער, דער באַשעפער פון מענטשן, האָט אים געגעבן די אָנווייזונג, איז זיכער, אַז יעדערער, ניט קוקענדיג אויף זיין דערציאונג און מדריגה, האָט פריער באַקומען די כוחות צו קענען דורכפירן דאָס אין לעבן און נאָכמער – בשמחה ובטוב לבב.

און ווי מען זאָגט: (וויבאַלד) בך הוי' חסיתי – (איז זיכער אַז) אל אבושה לעולם.

ובפרט אַז דאָס הייבט זיך אָן פון ראש השנה – ווען אידן קרוינען דעם אויבערשטן, ומלכותו ברצון קבלו עליהם, איז דאָך יעדער איד – עבד מלך – מלך.

בברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה,

מנחם שניאורסאהן


נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 471 ואילך. תרגום האגרת בלה"ק נדפסה ב"תורת מנחם – אגרות מלך" ח"א ע' פו ואילך.

מתורת הבעש"ט ראה גם כתר שם טוב (הוצאת תשנ"ט) בהוספות סרכ"ג ואילך. וש"נ.

והמעשה הוא העיקר אבות פ"א מי"ז.

מה רבו מעשיך תהלים קד, כד.

הצ"צ לתהלים יהל אור ע' תד.

ראש השנה איז דער "קאָפּ" פון יאָר ראה לקו"ת תבוא מא, ג. נצבים מז, א-ב. דרושי ר"ה נח, א-ב. עטרת ראש שער ר"ה בתחלתו. ועוד.

מכתב דר"ח וי"א ניסן תשל"ב לעיל אגרות י'שסג. י'שע.

איינע פון די ערקלערונגען ראה גם מכתב ח"י אלול תשל"ט (לקו"ש חי"ט ע' 601).

ווי חכמינו זכרונם לברכה רופן דאָס אָן סנהדרין שם. וראה בארוכה לקו"ש חט"ו ע' 93 ואילך.

כל מעשיך לשם שמים אבות פ"ב מי"ב.

מאור תורה להה"מ בהוצאת קה"ת – סת"ק (קטו, ד).

געבן אויף צדקה פון די בעסטע און שענסטע ראה רמב"ם הל' איסורי מזבח פ"ז הי"א (ושו"ע יו"ד סו"ס רמח), נתבאר בלקו"ש חכ"ז ע' 8 ואילך.

בלקו"א להה"מ – סרנ"ט (סו, סע"ג ואילך).

תהלים עא הקאַפּיטל שהתחילו לומר בי"א ניסן השתא – ראה בהנסמן לעיל אגרת ט'תתקצז בשוה"ג.

ומלכותו ברצון קבלו עליהם נוסח תפלת ערבית.

ח"י אלול י"ב ימים האחרונים דחודש (אלול) החשבון דשנה העוברת – מתאימים לי"ב חדשי השנה – וח"י אלול לחשבון דחודש תשרי העבר (ס' השיחות, ה'תש"ג ע' קעז, קעט).

פאַרענדיקט . . מיט . . בחיר הנבראים, דעם מענטשן כמחז"ל אחור למעשה בראשית (ברכות סא, א) כדי שיכנס לסעודה מיד, שימצא הכל כו' (סנה, לח, א ובפרש"י).

בחיר הנבראים ראה זח"ג (מח, א). ובזח"א (לד, ב) דכד בעא קוב"ה למברא אדם אזדעזעו כל עילאין ותתאין (ראה לקוטי לוי יצחק לזהר שם). וראה עבודת הקודש ח"ג פג"ד.

ווי פון יעדער זאַך להעיר מתורת הבעש"ט שבכל דבר שהאדם רואה או שומע יש בזה הוראה בעבודתו לקונו (היום יום ט' אייר).

מה רבו מעשיך ראה תו"א וארא (נו, ב). וברשימות הצ"צ לתהלים (קד, כד) מה רבו שלבד ריבוי הנבראים עוד זאת כל נברא יש בו ריבוי בחי' שהוא ביבשה ובים כו' – ועפ"ז מובנת דחז"ל בזה בחולין (קכז, א).

בארוכה – ד"ה שבחי ירושלים – השני (תורת שמואל – תרכ"ז [ע' שפו ואילך]).

אַלע אין איין איינהייט להעיר מאבות ספ"ו: כל מה שברא הקב"ה בעולמו לא בראו אלא לכבודו כו' ובמד"ש שם בכל הארבעה עולמות ובד"ה כי חלק תרצ"ט [סה"מ תרצ"ט ע' 40] – מוכח דהכוונה גם לאבי"ע הכלליים.

הוי' אחד הוי' (גם) ל' מהוה. וכנ"ל מה רבו מעשיך – הוי'. ושם אלקים (ל' רבים) – הוא רק נרתק (שער היחוד והאמונה פ"ד ואילך).

זאָגן אונזערע חכמים . . ובדעת סנהדרין לח, א.

אַלע צייטן אין איין המשך יתרה מזן ראה ר"ה (יח, סע"א) נסקרין בסקירה אחת. ובעטרת ראש שער ר"ה פ"ד ואילך (בפי' צופה ומביט עד סוף כל הדורות).

איין המשך להעיר מענינא דר"ה דב' הימים "נחשבים כיום א' ארוך" (שו"ע אדה"ז או"ח סת"ר).

אַ נייע זאַך ראה אגה"ק סי"ד.

יום . . בשבת ראה ד"ה יו"ט של ר"ה, תרס"ו [המשך תרס"ו בתחלתו]. ובכ"מ.

ששת . . מלאכה שמות כ, ט-י.

אדם לעמל יולד איוב ה, ז. וראה סנה' צט, ב. ובב"ר (פי"ג, ז): לא נברא אדם אלא לעמל. וראה מכתב דר"ח וי"א ניסן תשל"ב.

און בדוגמא ווי שבת . . תורה להעיר מב"ר ספי"א: ממלאכת עולמו שבת ולא שבת כו' ממלאכת הצדיקים כו' שכרן של צדיקים.

שבת . . עמל תורה ירוש' שבת (פט"ו, ה"ג). טושו"ע או"ח סר"ץ.

עמל תורה עמל תורה בנוגע לשבת אולי יל"פ ע"פ מרז"ל (הובא בסו"ס היראה לר"י ונתבאר בהוספות לתו"א סו"פ כי תשא): בקושי התירו כו'.

כל מעשיך לשם שמים טושו"ע או"ח סרל"א. וראה ג"כ פ"ה מח' פרקים להרמב"ם.

דורכגעדרונגען מיט דער רוחניות'דיקער להעיר מאור תורה להה"מ בסופו ד"ה גדולים מעשי צדיקים.

איז זיכער כמחז"ל איני מבקש אלא לפי כוחן (במדב"ר פי"ב, ג).

בשמחה ובטוב לבב ראה שער המצות להאריז"ל בהקדמתו. וראה תניא פכ"ו. וראה תו"א תולדות (כ, ב) האריז"ל הי' "שמח מאד בעשיית המצות ולכך זכה לרוה"ק". השייכות לרוה"ק – ראה ירוש' סוכה רפ"ה ונת' בלק"א להה"מ ד"ה וסוכה תהי'. ביאור שייכותם דשמחה וטוב לבב – ראה אוה"ת תבוא (ע' תתשו ואילך). ד"ה אלקים א-לי, תש"ג [סה"מ תש"ג ע' 180 ואילך].

בך . . לעולם תהלים עא, א.

עבד מלך – מלך רש"י עה"ת לך (טו, יח).

מלך ראה הקדמת תקו"ז בתחלתה (א, ב) אתקריאו ישראל מלכים. בהוריות (יג, א) כל ישראל ראוים למלכות. בברכות (ג, ב) שכן דרך מלכים. וראה רמב"ם הל' מלכים רפ"ב: כבוד גדול נוהגין במלך כו'.