ספריית חב"ד ליובאוויטש
- דף הבית /
- ספרי כ"ק אדמו"ר /
- אגרות קודש /
- כרך ג /
- תצא /
ספרי כ"ק אדמו"ר > אגרות קודש > כרך ג > תצא
ב"ה, ערב חג השבועות, תש"ט
הוו"ח אי"א נו"מ וכו' מהור"א שי' הכהן,
המכונה
אברהם קאלישקער
שלום וברכה!
מיט פארגעניגען שיק איך דא דעם קונטרס צו שבועות פון כ"ק אדמו"ר מו"ח שליט"א, וואס מען האט ערשט געבראכט פון בינדער, ווי אויך די קאמפליט סטארי פון שבועות, און איך האף אז איר וועט עס אויסניצען לזכות הרבים. וזכות הרבים תלוי בו.
מיר גייען מקבל זיין די תורה, וואס ואהבת לרעך כמוך איז א כלל גדול בתורה און עזוב תעזוב עמו איינע פון איהרע ציווים, איז עד מתי? אדער איך זאל אייך העלפען אין אייער מסחר פון פיינט, אדער עס איז שוין צייט, און שוין ליינג צייט איר זאלט צוזאמען מיט מיר ארבעטן אין מרכז לעניני חנוך.
וואס איז דער תכלית פון אפלייגען און אפציען נאך א וואך נאך א חודש?
געוואלד ר' אברהם, ווען וועל איך אנהויבען טראכטען וועגען דעם וואס איז טוב באמת פאר מיר, און איר דאס זעלבע בנוגע צו זיך?
א פרייליכען יום-טוב און עס זאל מקויים ווערען אלע דעם רבי'נס שליט"א ברכות.
הרב מנחם שניאורסאהן
תצא
מהעתק המזכירות.