ספריית חב"ד ליובאוויטש
- דף הבית /
- ספרי כ"ק אדמו"ר /
- אגרות קודש /
- כרך ג /
- תקיט /
ספרי כ"ק אדמו"ר > אגרות קודש > כרך ג > תקיט
ב"ה, ו' אלול, תש"ט
ז. ג. דר. יוסף שי' גרוצהענדלער
שלום וברכה!
דער זייער געערטער רב הרב משה שי' העכט האט מיר געוויזען אייער ווערק איבער מילה (אין פארנצויזיש).
לעזענדיג אין דער פאררעדע אייער הודעה אז איר געהערט און זייט פארבונדען דוקא מיט דער טייל אידען וואס היטען אפ תורה און אלע מצות מיט אייפער, און איר ווילט זיי ברייננגען נוצען, לעבען זייער לעבן און ליידען זייערע ליידען,
וויל איך אויך האפען, אז פאר די 35 יאר וואס זיינען דורכגעגאנגען פון דאמאלס אן האט איר עס דורכגעפירט אין לעבען.
אין אלע צייטען איז יעדער איד און יעדע אידישע שטוב געווען, לויט דעם אויסדרוק פון אונזערע חכמים, אן עולם מלא, און כל שכן וכל שכן אין איצטיגען זמן, נאכדעם ווי אזויפיל מיליאנען אידען זיינען אוועקגענומען געווארען פון אונז, און א טייל פון זייער ארבעט - מיסיע אין דער וועלט - איז איבערגעלייגט געווארען אויף די פלייצעס פון די איבערגעבליבענע אלס צוגאב צו זייער אייגענעם חלק ארבעט פון פריער,
טראגט דאך יעדערער פון אונז א נאך גרעסערע פאראנט-ווארטליכקייט פאר דעם גאנצען כלל.
ובפרט נאך דער יעניגער וואס געפינט זיך אין א שטאט וואו אידישע טוער זיינען דא געצייטלע, און ער איז א בעל השפעה אויף א באשטימטען קרייז מענטשען, און קען ווערן א בעל השפעה אויף נאך א גרעסערען קרייז, דארף ער דאך זיך זיכער באטראכטען אלס א סאלדאט, וואס די מיליאנען אומגעקומענע קדושים האבן עם אוועקגעשטעלט אויפן פראנט פון דער טויזנטע-יאריגער מלחמה וואס ווערט אנגעפירט געגען אידען דערפאר וואס דתיהם שונות מכל עם (וואס די מילה מלחמה וואס איר באשרייבט אין אייער ווערק איז א טייל פון איר),
א מלחמה וואס מען דארף צייטטענווייז ליידער פירען אויך געגען אידען וואס האבן א טעות געהאט אין זייער לעבענס וועג, און אונזער חוב איז זען אז זיי זאלען צוריק געפינען דעם אידישען וועג און אנהויבען Jalousement Conserver Toutes les Prescriptions de la Bible et du Talmud.
אלס דאקטאר ווייסט איר דאך זיכער נאך בעסער פון מיר, אז ווען עס איז דא ניט קיין געזונטער מענטש, טאר דער דאקטאר ניט זאגען אז דער חולה זאל ווארטען, ביז דער דאקטאר אליין וועט זיין הונדערט פראצענט ווי עס דארף צו זיין, און דערנאך ערשט וועט ער זיך פארנעמען מיט דעם חולה.
און ווי מען זעט פון פראקטיקע אין אזוינע פאלען, איז אויב אפילו דעם דאקטאר פעלט עפעס, איז די עצם באשעפטיקונג אין היילען יענעם, בריננגט, כמעט ווי אטאמאטיש, א היילונג זיך אליין.
* * *
איידער איך ענדיג - א באמערקונג צו אייער ווערק:
זייטע 51: אויסגייענדיג פון דער מיינונג אז מציצה איז נאר א געזונטס מאסנאמע און האט גאר קיין שייכות ניט צו דער רעליגיעזער זייט פון מילה, שלאגט איר פאר, אין א בוך געדרוקט אויך פאר ניט-אידען, אז די מלוכות זאלען זיך אריינמישען און זאלען עס פארבאטען!
דריי איינווענדונגען:
(א) זייטע 54 - וואו עס רעדט זיך וועגען "מילה" בא מוסולמענער וואס איז מער מסוכן לויט אייער באשרייבונג אליין, פונדעסטוועגען היט איר זיך אויס און מיט רעכט, און שרייבט אז "מען דארף האפען, אז מיט דער צייט וועלען די פאראינטערעסירטע פעלקער פארשטיין צו באנוצען מאדערנע מיטלען".
איז צי דערפאר וואס אידען זיינען אין גלות בא גויים, און פאר אראבער האט פראנקרייך מורא דארף זיין אזא אונטערשייד?
(ב) פון מלוכות אריינמישן זיך מיט פארבאטן און געוואלט אין אידישען לעבען איז קיין מאל קיין גוטס ניט ארויס פאר אידען ניט פאר זייער נשמה ניט פאר זייער גוף, ווי עס ווייזען מערערע ביישפילען פון דער אידישער היסטאריע, וואס איר ווייס זיכער פון זיי.
(ג) ארום 200 רבנים צווישען זיי אויך דאקטוירים, נאכדעם ווי זיי האבען באטראכט די פארשידענע טעמים וואס איר בריינגט אין אייער ווערק, זיינען ארויס מיט דער גאנצער שטארקייט פאר דער אונבאדינגטער נויטווענדיקייט פון מציצה. - זע דעם מאטעריאל אין שדי חמד חלק 12, קונטרס המילה והמציצה (ווארשא 1902).
דרך אגב: ז. 15 - 16'טע שורה פון אונטען avant דארף זיין apres ז. 15 - 7'טע שורה פון אונטן דארף זיין Perse אנשטאט Babylonie ז. 20 - 13'טע שורה פון אונטען דארף זיין 1135 אנשטאט 1171.
איך בין זיכער אז, יעדערער פון אונז אויף זיין וועג, ווילען מיר ביידע נאר דאס אמת'ע, און דערפאר וועט איר ניט פאראיבעל האבען אויף מיר, וואס איך האב זיך ערלויבט דא אויפצייכענען אייניגע געדאנקען וואס מאכען קלארער פונקטען פון אייער ווערק.
מיט אכטונג און וואונשען פון א כתיבה וחתימה טובה
הרב מנחם שניאורסאהן
תקיט
מהעתק המזכירות.
Jalousement... Talmud: לקיים את כל הוראות התורה והתלמוד.