ספריית חב"ד ליובאוויטש
- דף הבית /
- ספרי כ"ק אדמו"ר /
- אגרות קודש /
- כרך ג /
- תקכו /
ספרי כ"ק אדמו"ר > אגרות קודש > כרך ג > תקכו
ב"ה, כ"ו אלול, תש"ט
הוו"ח אי"א נו"מ עוסק בצ"צ וכו' מהור"י שי'
שלום וברכה!
צום נייעם יאהר הבע"ל וויל איך ווינשן אייך און אלע אייערע א שנה טובה ומתוקה בכל מילי דמיטב.
בודאי האט איר געהערט פון בעל שם טוב'ס ווארט, אז פון יעדער זאך וואס מען זעט אדער מען הערט קען מען לערנען א הוראה אין לעבן (זע אויך "זכרונות" ע' 168)15.
וואס קען מען לערנען פון היינטיקן ראש השנה ספעציעל?
ראש השנה ה'תש"י פאלט אויס אום שבת.
ראש השנה האט צוויי מיינונגען: א) דער אנהייבס פון יאר. ב) די קאפ פון יאר (וכמ"ש בלקו"ת פ' תבוא בד"ה היום הזה: ולכן נקרא ראש השנה ולא תחלת השנה, כי כמו שיש בחי' ראש בנפש שהוא ראש ושכל לגבי הגוף כך יש בחי' ראש בשנה והוא ראש השנה). דאס הייסט אזוי ווי די קאפ דארף אנפירן מיט דעם גאנצן קערפער, אזוי דארף ראש השנה, געמיינט די החלטות און ויי מען נעמט אויף זיך אויפצופירן זיך בתורה ומצות אין טאג טעגליכן לעבן, דארף עס אנפירן מיט דעם לעבן פון גאנצן יאר.
צוויי פון די הוראות פון שבת: 1) שבת שטרייכט אונזער אז דער אויבערשטער איז דער בעל הבית פון דער גאנצער וועלט, במילא היינגט אלץ אפ נאר פון עם אליין. 2) שבת הייסט, מען זאל זיך ניט פארנעמען מיט מלאכה, נאר אפגעבן זיך מיט תורה און מצות.
א שבת'דיקער ראש השנה דארף אונז נאך מער מעורר זיין און שטארקן אז מיר זאלן אננעמען א החלטה מיטן גאנצן הארצן אויף פירן זיך דעם גאנצן יאר (1) ניט פארגעסנדיק אז אין ידער ארט, צייט און אונטערנעמונג איז נאר דער אויבערשטער דער בעל הבית, (2) געדייקנען שטענדיק, אז אונטער תכלית אין די וואכעדיקע טעג איז צו פארבינדן זיי מיט דעם גייסט פון שבת (דערפאר זאגן מיר היום יום אחד בשבת, שני בשבת, אא"וו, ניט אחד שני בשבוע).
דאס הייסט, אז יעדער זאך, ווי וואכעדיק זי זאל ניט אויסזען, בא אונז אין די אויגן, דארפן מיר מאכן דערפון אן ענין פון א מצוה, א רוחניות'דיקע זאך. בכל דרכיך דעהו - אין אלע דיינע וועגן זאלסטו עם, דעם אויבערשטען דערקענען און פארבינדן זיך מיט עם.
און אז מען נעמט אויף זיך בלבב שלם, העלפט השי"ת אז מען זאל עס קענען דורכפירן אין לעבן אין פארלויף פון יאר.
(והנה בלקו"ת שם מבאר בהערה והארה אחרי תיבות הנ"ל: הוא בחי' גלגלתא דחפיא על מוחא שהוא בחי' גילוי רצון העליון. זאת אומרת: ענין הראש דראש השנה אינו השכל וההשגה, כי באם יתחיל סדר עבודתו, שצריך להבין ולהשיג אז יעשה, ואם אינו מבין אזי אינו מסכים לעשות, או שעל כל פנים יחכה - הרי זה היפך כוונת ר"ה, שהוא גילוי רצון העליון, גלגלתא דחפיא על מוחא. כי גם העבודה צריכה להיות בקבלת עול מלכותו יתברך, א יאך אבער א געשמאקער יאך, וכמרז"ל (ברכות יז, א) רצוננו לעשות רצונך).
איך פארענדיק מיט א ברכת כתיבה וחתימה טובה, און מיט דער האפנונג צו הערן בשורות טובות, גוטע אין גשמיות און גוטע אין רוחניות
הרב מנחם שניאורסאהן
יושב ראש ועד הפועל
תקכו
נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 364, והושלמה ע"פ העתק המזכירות.
האגרת היא (ברובה) תרגום האגרת שלפנ"ז ונשלחה לכו"כ (ראה לעיל הערה לאגרת תפא).