ספריית חב"ד ליובאוויטש
- דף הבית /
- ספרי כ"ק אדמו"ר /
- אגרות קודש /
- כרך ג /
- תקלה /
ספרי כ"ק אדמו"ר > אגרות קודש > כרך ג > תקלה
ב"ה, כ"ו תשרי, ה'תש"י
מר ברוך ליטוין שי'
שלום וברכה!
אין ענטפער אויף אייערע בריף און פראגען: פראגע א): אין יהי רצון וואס מ'זאגט צווישען די תקיעות לויט אייניגע נוסחאות שטייט: "וישוע שר הפנים". מען האט אייך געזאגט, אז דאס האט מען אריינגעגנבט דעם נאמען פון אותו האיש.
ענטפער: וועגען דארוף איז שוין פיל געשריבען געווארען (ספר מנחת אלעזר - געדרוקט אין מונקאטש תרס"ב - חלק א, סימן ע"ה, און חלק ב' צום סוף. ספר קצה המטה - קליינווארדיין תרפ"ג. ספר עלבונה של תורה - ברלין תרפ"ט. זשורנאל נרות שבת - ירושלים, ערב ר"ה תש"ו).
מען איז געקומען צום בעשלוס, אז עס דארף שטיין "וישעיה" - אדער
וישעיהו - "שר הפנים" וואס דאס איז איינע פון מלאך מטטרון'ס נעמען. אויסגעקליבען דעם נאמען ווייל ער באטרעפט 400, אזוי פיל ווי "אליהו הנביא זכור לטוב" און אויך קר"ק (רמז אויף תק'יעה תר'ועה תק'יעה). און אזוי האט מען אויך געפונען געדרוקט אין אלטע מחזורים וספרים. עס איז ווארשיינליך אז מיסיאנערען האבען אריינגעגנבט און משנה געווען דעם נאמען אויף "וישוע". באמערקונג: דער בעל התניא ווי אויך דער ווילנער גאון און נאך גדולי ישראל פסקענען אז מ'זאל דעם יהי רצון בכלל ניט זאגען.
און אזוי איז אונזער מנהג.
פראגע ב): אין ספר המאמרים ע' 216 שטייט, אז ר' נתן איז געלעגען "אין מדות ווי על פי דיני התורה אהן קיינע ויתורים פון מדות חסידות" און דאן, אז אין "מדות האט ער ווייניג געטאן". ווי שטימט עס ביידעס?
ענטפער: טאן אין מדות - אהבה ושנאה, יראה ופריקת עול, רחמנות ואכזריות א.ז.
וו. - באשטייט פון צוויי טיילען: ערשטענס אז די מדות זאלען פאלגען דעם שכל אתכפיא, און דערנאך איבערמאכען די מדות אתהפכא. צום ביישפיל: ער האט אקאמפעטיטאר אין זיין מסחר, און אין זעלבען דיסטריקט דערצו. - ווען ער לאזט זיך פירען פון זיינע מדות ונפש הבהמית, ווערט ביי עם דערוועקט מדת השנאה צו זיין קאמפעטיטאר. קומט צוגיין שכל פון זיין נפש האלקית און זאגט עם: דו ביסט דאך א מאמין אז דער אויבערשטער איז בעל הבית פון דער וועלט איז ממה נפשך: האט השי"ת דיר צוגעפסקנט פרנסה ווי קען זיין אז דיין קאמפעטיטאר זאל עס קאנען זיך צונעמען, היפך רצון הבורא. אויב אבער מלמעלה האט מען מחליט געווען ווייניגער פרנסה פאר דיר, רעכענסטו אז ווען ניט דער קאמפעטיטאר האט מען ניט מלמעלה קיין אנדער וועג ווי דאס דורכפירען און אויב אזוי נעמט ער ביי דיר דאך גארניט צו, היינט פארוואס זאלסט עם פיינט-האבען?! נאך אסאך טענה'ן פיעלט ער אז די שנאה הערט אויף ווירקען במעשה דאן אויך ניט בדבור און לבסוף אפילו ניט במחשבה. אבער צו מתהפכא לאהבה קומט עס נאך ניט.
דער נפש האלקית גייט אבער ווייטער און זאגט עם: ואהבת לרעך כמוך. דו ביסט א ספעציאליסט אין זיין ליין, און דיר קאן עס ניט שאדען, טא העלף אים ארויס מיט אן עצה טובה, מיט [א] הלואה וכדומה. און סוף סוף ווערט די שנאה נתהפך לאהבה, און ער טוט אזוי און דוקא דער צווייטער טייל ווערט אנגערופן באמת טאן אין מדות און מדות חסידות, חאטש על פי דיני התורה קאן מען זיך אויסדרייען מיט א תירוץ און יוצא זיין מיט דער ערטשער טייל אליין.
פראגע ג): אין דעם אויבענדערמאנטען מאמר שטעלט מען ר' אברהם וואס איז ניט געווען קיין למדן, אבער א בעל מדות טובות ומדות חסידות העכער ווי ר' נתן וואס איז געווען א גרויסער למדן אבער ער האט ניט גענוג געטאן אין מדות. איז דאך ניט קיין וואונדער, וואס אנדערע זיינען געווען געגען חסידים וועלכע הייבען אן עם הארץ א בעל מדות העכער ווי א תלמיד חכם.
ענטפער: אויב אזוי דארפען זיי זיין אויך געגען דער גמרא וועלכע זאגט (תענית ז, א) תלמיד חכם שאינו הגון כו' ערפהו (הרגהו, רש"י) און דער רמב"ם פסקנט אין הלכות דעות פרק ה' ווי א תלמיד חכם דארף זיך פירען און שרייבט (הלכות תלמוד תורה פרק ד') אז אויב ער פירט זיך ניט אזוי טאר מען פון עם ניט לערנען קיין תורה. נאך שארפער זאגט די גמרא אין א צווייטען ארט (יומא פו, א) און דער רמב"ם פסקנט אזוי להלכה (הלכות יסודי התורה ה, יא) אז דער וואס איז א גרויסער תלמיד חכם און א פרומער און זיין רעדען מיט מענשען "אינו בנחת ואינו מקבלן בסבר פנים יפות, אלא בעל קטטה וכעס" איז ער מחלל שם שמים, וואס דערצו העלפט קיין זאך ניט אחוץ מיתה!! נאך שארפער זאגט די גמרא אין יומא (ט, ב) אז ביים סוף פון צווייטען בית המקדש היו עוסקין בתורה ומצות, ומפני מה חרב - מפני שהיתה בו שנאת חנם!
טראכט זיך אריין אין דעם: אידען האבען געלערנט תורה, האבען מקיים געווען מצות, דאס הייסט אז מען האט ניט געגזלט, ניט געגנבט ניט אפגענארט און ניט מבזה געווען דעם צווייטען - נור מען האט ניט געוואלט טאן לפנים משורת הדין (בבא מציעא ל, ב) און עס איז געווען מדת השנאה ניט מדת האהבה - איז דערפאר חרוב געווארען דער בית המקדש און אידן זיינען אוועק אין גלות שוין כמעט 1900 יאהר. בסוף בית המקדש ראשון אבער, ווען מען איז בעגאנגען גרויסע עברות און עס איז געווען מאסה של תורה - האט דער גלות געדויערט 70 יאהר!
קען נאך דעם אלעם זיין א ספק ווי הויך עס שטייען מדות טובות און מדות חסידות?!
בברכות כל טוב
הרב מנחם שניאורסאהן
ענטפער אויף אייער פאריגען בריף ביי דער נעכסטער געלעגענהייט.
תקלה
מהעתק המזכירות.
ברוך ליטוין: אגרות נוספות אליו- לעיל תעה, ובהנסמן בהערות שם.
ספר המאמרים: אידיש, תש"א-תש"ה.