ספריית חב"ד ליובאוויטש
- דף הבית /
- ספרי כ"ק אדמו"ר /
- אגרות קודש /
- כרך ג /
- תקסה /
ספרי כ"ק אדמו"ר > אגרות קודש > כרך ג > תקסה
ב"ה, יום השלושים אחר הסתלקות כ"ק מו"ח
אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע הכ"מ
הוו"ח אי"א וכו' מהו"ר... שי'
שלום וברכה!
איך האב באקומען אייער בריוו פון יום ד' ה' אדר.
בנוגע אייער שאלה וועגן פארן און איינארדנען זיך, קומט בא מיר אויס, אז איר זאלט אוועקזעצן דריי גוטע פריינט אייערע, און דערציילן זיי בפרטיות וועגן דעם מצב, און זייער החלטה זאל זיין ווי עס איז בעסער פאר אייך בגשמיות וברוחניות.
אויב איר קענט אויספירן, וואלט געווען גוט, אז סיי די דריי און סיי איר, זעלבסטפארשטענדליך, זאלט פאר דעם ישוב הדעת זאגן א קאפיטל תהלים און אפלערנען א טייל פון דעם מאמר פון יו"ד שבט.
זייענדיק היינט ביום השלושים ביים ציון האב איך אייך מזכיר געווען לטובה.
בברכה
הרב מנחם שניאורסאהן
תקסה
מהעתק המזכירות.
דריי גוטע פריינט: ראה אג"ק אדמו"ר מוהרש"ב נ"ע ח"ג אגרת תרחצ, בשם הבעש"ט.
לקמן אגרת תשיז.