ספריית חב"ד ליובאוויטש

תקצא

ב"ה, ג' אייר, ה'תש"י

הוו"ח אי"א נו"מ וכו' מהור"א שי'

שלום וברכה!

אייער בריוו ערהאלטן צייטיג און איבערגעגעבן דעם צעק לויט אייער אנווייזונג בייגעלייגט א קבלה. איך לייג דא ביי דעם לקוט פון י"ט כסלו ה'שי"ת די לעצטע שיחה ברבים פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ.

בא יעדער געלגענהייט, ובפרט שבת און יום טוב, ווען יעדער איז רוחניותדיקער ווי א גאנצע וואך, פאראייניגן מיר זיך אלע, די וועלכע האבן געהאט דעם זכות פון זיין זיינע תלמידים אדער מקושרים - מיט הארות ובחי' רוחו העצמיות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, ווי מרומז אין אגרת הקודש פון אלטן רבין סימן כ"ז וביאורו.

כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ וועלכער האט מקדיש געווען זיין לעבן לטובת הכלל והפרט, ולטובת המקושרים אליו בפרטי פרטיות, איז זיכער ממשיך אויך יעצט זיינע השפעות.

אבער די השפעות זיינען יעצט אנדערש, במידה ידועה, ווי פריער ווארום יעצט איז דאך די נשמה פריי פון די הגבלות און צמצומים פון גוף און האט אן עלי' בעילוי אחר עילוי (וואס דאס איז די בעדייטונג פון דעם ווארט "הסתלקות"), במילא זיינען די השפעות - סיי די גשמיותדיגע און סיי די רוחניותדיגע - אויך אין א העכערן און געהויבענערן אופן. בדרך ממילא פאדערט דאס ארויס, אז אויך דער מקבל מוז זיך צופאסן צו די העכערע השפעות דורך אויפהייבן זיך.

כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ האט אונז זיין גאנץ לעבן געלערנט ווי צו שטייגן, און ניט נאר במחשבה נאר אויך בפועל, און אויך יעצט זיינען שפתיו מדובבות גם בעולם הזה דורך זיינע צאלרייכע תורות, מאמרים, שיחות מכתבים; און דורך ממלא זיין זיין חפץ ורצון בפועל, שאפן מיר די כלים צו מקבל זיין די הויכע השפעות וואס ער וויל אונז משפיע זיין. די צייט פון יציאת מצרים, מצרים וגבולים, ספירת העומר וקבלת התורה בחג השבועות וואס יעדער פון אונז מוז ארויס פון די הגבלות אפילו פון זיין מצרים דקדושה, וכל שכן פון די הגבלות פון זיין שכל אנושי ונפש הבהמית און גרייטן זיך צו קבלת התורה איז באזונדערס מסוגל צו שטייגן ברוחניות - (מ'דארף נאר זיך אויסהיטן פון דעם קלוגינקענ'ס אפנארעריי) -. ובמילא זיינען זיי אויך מסוגל צו מקבל זיין די השפעות עליונות בגשמיות וברוחניות.

בברכת כ"ט

הרב מנחם שניאורסאהן

תקצא

מהעתק המזכירות.

מהור"א: איינבינדער.