ספריית חב"ד ליובאוויטש
- דף הבית /
- ספרי כ"ק אדמו"ר /
- אגרות קודש /
- כרך ג /
- תקצז /
ספרי כ"ק אדמו"ר > אגרות קודש > כרך ג > תקצז
ב"ה, יו"ד אייר, ה'תש"י
הוו"ח אי"א נו"מ עוסק בצ"צ וכו' מהורא"ח
שי'
שלום וברכה!
בייגעלייגט איז א חוברת, וואס איז איצט ארויס פון דרוק. זיכער וועט איר דערמיט מזכה זיין את הרבים וזכות הרבים תלוי בו.
מיר האלטן דאך איצט אין מיטן ספירה טעג. פון יעדער זאך קען מען אפלערנען א הוראה אין עבודת השי"ת און פון א מצוה בפרט קען מען לערנען גאר א פולע.
ספירה לערנט אונז, צווישן נאך א סך ענינים, אויך דאס ווי צייט איז טייער, אז מען דארף עס האלטן אין איין ציילן. און אויב מען פארפעלט אמאל, מאכט עס שאדן ניט נאר אין דעם פארפעלטן טאג, נאר אויך אין טעג און וואכן נאכדעם. דערפאר אבער אז מען ציילט יא - האט מען אויך די ווייטערדיגע טעג און וואכן געבענטשטע. און מ'זאגט אלקינו - כחינו [ו]חיותנו. מלך העולם - ער פירט אן מיט דער וועלט (במילא מובן, אז כל טוב דארף ער און וועט ער געבן צו די וועלכע ער רופט בני בכורי ישראל).
דאס איז בא סתם מענטשן. ובפרט בא מענטשן וואס האבן א השפעה אויף א רבים, וואס זייערע פעולות שפיגלען זיך אפ בא כמה וכמה מישראל. ובפרטי פרטיות בא די וואס האבן שוין מצליח געווען בהשפעתם על הרבים, דארפן זיי זיכער אויסניצן יעדע געלגענהייט און אויך זוכן נייע געלעגענהייטן אויף אויפטאן בחיזוק התורה והיהדות והפצת התורה ותורת החסידות. און כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ האט מבטיח געווען, אז חזקה לתעמולה שאינה חוזרת ריקם.
החותם בפרישת שלום המושפעים ממנו, איחול רפואה לזוגתו תי' והצלחה בעבודה להזריח אור בסביבתו
הרב מנחם שניאורסאהן
מצורף בזה שתי קבלות.
תקצז
נדפסה בלקו"ש ח"ז ע' 281, והושלמה ע"פ המזכירות.