ספריית חב"ד ליובאוויטש
- דף הבית /
- ספרי כ"ק אדמו"ר /
- אגרות קודש /
- כרך ג /
- תרו /
ספרי כ"ק אדמו"ר > אגרות קודש > כרך ג > תרו
ב"ה, י"ז אייר, תש"י
מרת... שתחי'
ברכה ושלום!
אייער בריף צייטיג ערהאלטען. און אין ענטפער אויף איהם:
איר דאפרט זיין זיכער, אז די ברכות, וואס אונזער רבי מיין שווער, כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע הכ"מ האט אייך געבענטשט, זיינען אין פולער קראפט און וועלען מקויים ווערען.
ווי איר שרייבט, זייט איר געווען בא א דאקטאר, און געוויס פאלגט איר אויס זיינע אנווייזונגען.
היילען היילט דער אויבערשטער, און שטארקען שטארקט דער אויבערשטער.
אבער, די תורה דערציילט, אז ער וויל, עס זאל זיין טיילווייז דורך א שליח - א דאקטאר און די מיטלען וואס דער דאקטאר שרייבט צו. מען דארף אויך אלעמאל געדיינקען אז די הויפט רפואות זיינען די מצוות און גוטע מעשים, וואס דער אויבערשטער האט יעדען איינעם פון אונז געהייסן טאן. און זיי גיבען געזונט און כח, ווי דער רבי האט אייך געבענטשט, און א צדיק'ס ברכה ווערט זיכער מקויים.
בברכה און מיט א גערוס אייער זון שי'
הרב מנחם שניאורסאהן
תרו
מהעתק המזכירות.