ספריית חב"ד ליובאוויטש
- דף הבית /
- ספרי כ"ק אדמו"ר /
- אגרות קודש /
- כרך ג /
- תרט /
ספרי כ"ק אדמו"ר > אגרות קודש > כרך ג > תרט
תרט
ב"ה, כ"א אייר, ה'תש"י
הוו"ח אי"א נו"מ עוסק בצ"צ וכו'... שי'
שלום וברכה!
אין ענטפער אויף אייער בריף פון ח' אייר. די תפילין און אויך דרוק זאכן וואס איר בעט וועלן מיר זעהן שיקן אייך ווי ווייט מעגלאך.
בנוגע אייער עמיגראציע איז וויבאלד כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ האט מסכים געווען אויף נסיעה לארץ הקדושה ת"ו נאכן דורכמאכן די הארץ קור וועט עס זיכער זיין להצלחה בגשמיות וברוחניות און געוויס וועט איר עס טאן ערשט נאך דער הייסער צייט פון יאהר.
לויט אייער בקשה האב איך געלייענט דעם צוגעשיקטן פדיון על הציון און אויך מזכיר געווען אייך דארט.
בייגעלייגט קונטרס און בריף.
בברכת כ"ט
הרב מנחם שניאורסאהן
תרט
מהעתק המזכירות.