ספריית חב"ד ליובאוויטש

תרכז

ב"ה, י"ט סיון, ה'שי"ת

מרת... תחי'

ברכה ושלום!

אויף אייער בקשה האב איך געלייענט דעם פדיון וועגן אייער פלימעניק הילד... שי' בהיכל כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ.

צדיקא דאתפטר געפינט זיך און פועלט אין אונזער וועלט נאך מעהר מבחיוהי, ובפרט א רבי צו זיינע חסידים און מקושרים און זייערע בני-בית, בלייבט ער מיט זיי פארבונדען און איז ממשיך צו משפיע זיין זיי ברכות בהמצטרך להם צו יעדער איינעם און איינער.

איך וואלט וועלן וויסן וואס פאר א דערציאונג דאס קינד באקומט אין דער היים און וואס פאר א היים ער האט בהנוגע צו תורה ומצוות.

והשי"ת יזכנו צו מודיע זיין נאר בשורות טובות אלעמאל.

בברכת טוב

הרב מנחם שניאורסאהן

תרכז

מהעתק המזכירות.

צדיקא דאתפטר: תוכן דומה לכמה.