ספריית חב"ד ליובאוויטש

תרמ

ב"ה, ז' תמוז, השי"ת

הוו"ח אי"א נו"מ וכו' מו"ה... שי' הכהן

שלום וברכה!

איך לייג דא ביי דעם קונטרס וואס איז ערשט ערשינען צו חג הגאולה י"ב תמוז הבע"ל, און איך בין זיכער, אז אחוץ דעם וואס איר וועט עס אליין לערנען, וועט איר אויך מזכה זיין מיט עם א סך אנדערע. וזכות הרבים תלוי בו.

עס איז נאך שווער צו שרייבן וועגן דער הסתלקות פון רבי'ן, כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ. אבער מען מוז אלעמאל געדיינקען וועגן דער פארגרעסערטער אחריות, וואס דאס האט ארויפגעלייגט אויף יעדערן פון אונז, ובפרט אויף די וואס האבן זוכה געווען צו זען עם מערערע מאל און וואס האבן זוכה געווען אז ער זאל זיי זען מערערע מאל און געטראכט וועגן זיי א סך מאל.

און אט די מענטשן דארף דער זכרון בא זיי ארויסרופן א התגברות פון זייערע רוחניות'דיקע כחות ביתר שאת ויתר עז ובפרט אויף צו זיין א מעביר על מדותיו, אפילו אויב מען רעכנט אז מ'איז אינגאנצן גערעכט, ווי דער רבי שרייבט אין דעם מאמר פון שבת תשובה ה'שי"ת (קונטרס ע').

מ'דארף אלעמאל געדיינקען, אז מען איז דעם רבינ'ס מענטשן, און שטעלן זיך אליין די פראגע: איז דער רבי צופרידן מיט מיר וואס איך טו אזוי? האב איך גענוג אתכפיא און אתהפכא ווי עס פאסט פאר דעם רבי'נס א מענטש?

... און אויב כהנים זיינען קפדנים - זיינען זיי דאך אבער אייניקלעך פון אהרן הכהן, וואס זיין ענין איז געווען אוהב שלום ורודף שלום. ובפרט כהנים תלמידים פון רבי'ן, כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, וועלכער האט תמיד געפאדערט אהבת ישראל און זען אין דעם צווייטן נאר זיינע מעלות (זעט אויך דעם בייגעגלייגטן קונטרס בשיחה).

איך רעכן, אז עס איז ניט נויטיק מאריך צו זיין אין דעם און בקרוב וועל איך האבן א ידיעה אז עס איז שלום ביי אייך ובכל הפרטים.

בברכת כ"ט מחכה למכתבו מבשר שלום טוב

הרב מנחם שניאורסאהן

תרמ

מהעתק המזכירות.