ספריית חב"ד ליובאוויטש

תרמג

ב"ה, י"ט תמוז, השי"ת

הוו"ח אי"א נו"מ וכו' מו"ה ברוך שי'

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער שרייבן פון ח' סיון און ב' בהעלותך - מיין ענפטער האט זיך פארהאלטן איבער די גרויסע טרדות און איבער ענינים פון י"ב-י"ג תמוז -

אין די קרייזן אין וועלכע איר געפינט זיך האט איר זייער גוטע געלעגענהייטן צו מאכן זיך בעזרת השם יתברך נוטצליך ערפילענדיק די שליחות צוליב וועלכער די השגחה העליונה האט אייך אהין געפירט.

מען דארף נאר ניט זיין בא זיך אראפגעפאלן ווען ס'דוכט זיך אז ס'איז קליין די צאל פון די וועלכע לאזן זיך באווירקן און אז אויך אויף די דאזיקע איז די ווירקונג שוואכער ווי עס ווילט זיך.

וואס עס באלאנגט דער כמות דארף מען געדיינקען אז יעדער יחיד איז א עולם מלא און ס'איז כדאי אז א גאנצע וועלט זאל זיך אפגעבן מיט ראטעווען אפילו איין איינציקן אידן בגשמיות און מכל שכן אין רוחניות.

אחוץ דעם די גוטע השפעה וועלכע ס'באקומט דער מקבל בלייבט ניט בא אים אליין, דען דירעקט אדער אומדירעקט ווירקט ער שפעטער לטובה אויך אויף אנדערע מענשען פון זיין איינגערן אדער ברייטערן קרייז. ווי יעדעס אבר איז א טייל פון גוף אלס גאנצעס איז א יחיד א טייל פון דעם גאנצענעם צבור.

און מיט דער גייסטיקער באלעבונג פון א יחיד ווערט ממילא געשטארקט דער וואהלזיין פון גאנצען צבור.

וואס אנבעלאנגט דער איכות, קען מען זיך גאר ניט פארשטעלן די גרויסקייט פון דער טובה וואס מען טוט מיט א מענשן ווען מ'העלפט אים זיך אויפהייבן אפילו נאר א ביסעלע העכער.

אויסער וואס ס'איז אומשעצבאר די ווערט פון טאן אפילו איין עבירה ווייניקער און מיט איין מצוה מערער, איז עבירה וואלט גורר געווען נאך אן עבירה ומצוה איז גורר מצוה, און מיט יעדער מצוה ווערט ער מעהר מסוגל צו פארשטיין ריכטיק א אמתן ווארט, און צו האבן דעם כח אראפצובריינגען דעם ווארט אין פועל. איין אידן אנטאן א יארמעלקע, א צווייטן תפילין, א דריטן ציצית, א פערטן מעורר זיין אויף אהבת רעים און מדות טובות, א פינפטן צו היטן טהרת המשפחה, א זעקסטן צו לערנען זיינע קינדער תורה א. א. וו.

איר טרעפט זיך זיכער אויך מיט אידן וועמען דער אויבערשטער האט געהאלפן אז זיי זאלן קענען ברייט אונטערשטיצן פינאנציעל די ארבעט פון מרכז לעניני חנוך און מחנה ישראל וועלכע כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע הכ"מ האט געגרינדעט און האט אויף זיי ארויפגעלייגט די ברייטע אויפגאבע פון טאן אלעס מעגליכע אויף צוריקצובריינגען אלע פארבאלנדזשעטע און שוואכע בכלל און יוגנט בפרט צו אידישקייט. מיט געבן דעם מרכז לעניני חנוך און מחנה ישראל די מעגליכקייט צום ביישפיל ארויסצוגעבן און פארשפרייטן וואס מער עניני דפוס אין פארשידענע שפראכן, ווערט מען א שותף אין טאן די געוואלדיקע רעטונגס ארבעט וואס דער מנדב אליין איז עס ניט אימשטאנד צו טאן, און פארשטייט זיך אז דער זכות מאכט אים מער ראוי אויף קענען לייכטער באקומען די גייסטיקע השפעה אין וועלכע ער נייטיקט זיך.

ס'איז שווער אויסצורעכענען אין א בריוו אלע פרטים פון אייערע מעגליכקייטן, צו מאכן זיך וואס מער נוצליך, אבער דער עיקר איז אז ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ פלעגט זאגן "מען דארף ווייניקער ריידן און מערער טאן".

דאס אלץ איז בנוגע אייער ארבעט מיט א צווייטן, עס איז אבער דא די ארבייט מיט זיך אליין וואס דא שטעלט זיך דער יצר הרע גאר געוואלדיק - אבער וועגן דעם א צווייטן מאל.

מר. האררי כ"ץ געשריבן לויט אייער בקשה.

מחכה לבשורות טובות

הרב מנחם שניאורסאהן

בייגעלייגט קונטרס לי"ב תמוז.

תרמג

מהעתק המזכירות.

מו"ה ברוך: ליטווין. אגרות נוספות אליו - לעיל תעה, ובהנסמן בהערות שם.

א צווייטן מאל: לקמן תרסט.