ספריית חב"ד ליובאוויטש

תרנח

ב"ה, ג' מנ"א, השי"ת

הוו"ח אי"א נו"מ וכו'... שי'

שלום וברכה!

אייער בריוו ערהאלטן, און לויט אייער בקשה זייענדיק אויפן ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, האב איך אייך מזכיר געווען לפרנסה וואו איר וועט זיין, דער אויבערשטער קען דאך געבן פרנסה אויך אין מאנטרעאל.

געוויס אלס תלמיד פון תומכי תמימים האט איר שיעורים בנגלה ובחסידות און לערנט אויך בזמנים קבועים דעם רבינ'ס כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ חסידות. אויך כדאי צו זאגן יעדער טאג בל"נ ביז ראש השנה הבע"ל דעם רבינ'ס קאפיטל תהלים קאפ' עא וואס דאס איז אלץ א כלי אויף דעם קיום ברכותיו במילואן וואס ער האט אייך געבענשט.

בברכה

הרב מנחם שניאורסאהן

תרנח

מהעתק המזכירות.

קאפ' ע"א: ראה גם לעיל אגרת תרמד, ובהנסמן בהערות שם. ושם - עד יו"ד שבט תשי"א.