ספריית חב"ד ליובאוויטש

תרס

ב"ה, ג' מנ"א, ה'שי"ת

הוו"ח אי"א וכו'...

שלום וברכה!

מיין בריוו פון ואו תמוז האט איר זיכער ערהאלטן און האפענטליך וועט איר ענטפערן אויף די שאלות אין אים:

אייער זון שי' האט מיר איבערגעגעבן אז אייער טאכטער... פילט צייטענווייז ניט גוט... געוויס איז זי געווען בא א דאקטאר און פאלגט אויס וואס ער זאגט. זי בענטשט דאך ליכט יעדער ערב שבת ויום טוב, דארפן אויך זען אז לכל הפחות ביז זי וועט ווערן אכצען יאהר אלט זאל זי פאר ליכט בענטשן אריינווארפן דריי מטבעות אויף צדקה אין א פושקע פון ר' מאיר בעל הנס, אויך וואלט געווען גוט ווען איר זאגט יעדן טאג ביז ראש השנה, דעם קאפיטל ע"א פון תהלים.

אויך האט מיר איבערגעגעבן אייער זון שי' וועגן זיין טאנטע... אז זי איז ניט באם בעסטן געזונט, מ'דארף איר אויך איבערגעבן הנ"ל וועגן אויספאלגן וואס א ספעציאליסט א דאקטאר וועט איר הייסן טאן און אריינווארפן דריי מטבעות אין פושקע פון רמבעה"נ פאר ליכט בענטשן און לכל הפחות איינמאל א וואך זאל זי געבן אפעסן אן אידן (א אורח, אדער אן ארעמאן).

היילן היילט דער אויבערשטער ער מאכט עס טיילווייז דורך א דאקטאר, אבער די הויפט מעדעצין פאר אידן האט ער באשטימט זאל זיין צדקה, מעשים טובים און א קאפיטל תהלים. איך האף צו הערן פון אייך אז אייער געזונט האט זיך פארבעסערט און ווערט אלץ בעסער.

בשם הרב מנחם

שניאורסאהן

הרב א. קווינט מזכיר

תרס

מהעתק המזכירות.

קאפיטל ע"א: ראה לעיל אגרת תרמד, ובהנסמן בהערות שם.