ספריית חב"ד ליובאוויטש
- דף הבית /
- ספרי כ"ק אדמו"ר /
- אגרות קודש /
- כרך ג /
- תרסט /
ספרי כ"ק אדמו"ר > אגרות קודש > כרך ג > תרסט
ב"ה, י"א מנחם אב, השי"ת
מר ברוך שי' ליטווין
שלום וברכה!
איך האב באקומען אייער בריוו פון ערש"ק פ' דברים מיט דעם טשעק פאר דעם מרכז לעניני חינוך. די קבלה איז בייגעלייגט.
דאס וואס איר שרייבט, איז איר האט געוואלט שרייבן א ליינגערן בריוו, נאר האט זיך אפגעהאלטן דערפון ווייל איך בין צופיל פארנומען, וויל איך אייך פארזיכערן, אז איך בין אלעמאל צופרידן צו באקומען בריוו אויספירליכע, און איך לייען זיי בעיון הראוי, אבער עס קען זיין, אז מיין ענטפער פארהאלט זיך צוליב דער גרויסער ארבעט, וויל איך אז מען זאל ניט פאראיבל האבן, און מסתם וועט איר אויך ניט פאראיבל האבן.
בהמשך צו מיין פאריקען בריוו וואס זיין תוכן איז געווען דער אויפטאן עם הזולת, וויל איך דא צוגעבן אייניגע שורות איבער דעם מהות העבודה וואס יעדער דארף און קען אויפטאן מיט זיך. ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר האט אייניגע מאל געזאגט אין שיחות: מען דארף טאן מיט יענעם, אבער אויף זיך אויך ניט פארגעסן.
דער יצר הרע ווערט אבער אנגערופן "א קלוגינקער", במילא קומט ער צו יעדן איינעם נאך זיין מהות נאך. און אויב ער זעט אז יענער האט א חוש אין עסקנות ציבורית (סאושל ווארק) זאגט ער עם, וואס דארפסטו זיך פארנעמען מיט זיך - הצלת נפשות איז דאך דוחה אלעס, און אויסערדעם, מה-דאך דו קענסט פרימער מאכן אנדערע, האסטו וועגן זיך שוין ניט צו זארגן.
אט דאס וויל דער רבי באווארענען, אז מ'טאר ניט לאזן זיך איינריידן פון "קלוגינקען" און מ'דארף זיך בודק זיין צי אלעס בא זיך איז ווי עס דארף צו זיין על פי תורה ומצוות, ווי חסידות ערקלערט זיי.
בכלל איז די עבודה מיט זיך אין דריי זאכן: תורה, עבודה (תפילה) און גמילות חסדים, און דאס אלעס דארף זיין מיט עבודה - ארבעטן אויף זיך מיט א הארעוואניע, און כל זמן עס טוט זיך ניט מיט א הארעוואניע, איז די ארבעט נאך ניט ווי עס דארף צו זיין. ווי עס שטייט אין תניא פרט ט"ו, אז די מלחמה מיט דעם יצר הרע פאדערט אנשטרענגונג א סך מער ווי זיין טבע ערלויבט עם, וואס דאן ווערט מען אנגערופן אן "עובד אלקים".
און דאס דארף יעדערער בא זיך גוט אפמעסטן אויף ווי ווייט ער טוט אין דער מלחמה עצומה, ווי עס ווערט ערקלערט בארוכה אין תניא פרק למד.
איך האף אז איר וועט ניט פאראיבל האבן אויף מיינע אפענע ווערטער. איך ערווארט צו הערן פון אייך גוטע נייעס סיי אין דער עבודה מיט זיך און סיי הזולת.
באיחול כל טוב, ובברכה לו ולכב"ב שי'
מנחם שניאורסאהן
תרסט
מהעתק המזכירות.
ברוך שי' ליטווין: אגרות נוספות אליו - לעיל תעה, ובהנסמן בהערות שם. מיין פאריקען בריוו: דלעיל תרמג.