ספריית חב"ד ליובאוויטש
- דף הבית /
- ספרי כ"ק אדמו"ר /
- אגרות קודש /
- כרך ג /
- תשיב /
ספרי כ"ק אדמו"ר > אגרות קודש > כרך ג > תשיב
תשיב
ב"ה, ט' אלול, ה'שי"ת
מרת... תחי'
ברכה ושלום!
אין ענטפער אויף אייער בריוו, אז דאקטוירים האלטן אז איר דארפט האבן אן אפעראציע און איר בעט א ברכה,
זיכער זייט איר מקיים דעם מנהג ישראל פאר ליכט בענטשן צו געבן אויף צדקה אין דער פושקע פון רבנו מאיר בעל הנס.
מסתם זיינען די דאקטוירים בא וועמען איר זייט געווען ספעציאליסטן, און דאס איז די מיינונג פון לכל הפחות צוויי פון זיי.
אויב דאס איז אזוי, זאל דער אויבערשטער העלפן אז די אפעראציע זאל דורכגיין כשורה, און איר זאלט קענען אנזאגן בשורות טובות אז איר זייט געבענטשט געווארן בזרעא חייא וקיימא.
בברכת רפואה שלימה וכתיבה וחתימה טובה,
מנחם שניאורסאהן
מיר וואלט אינטערעסירט צו וויסן וועגן צוזאמנשטעל פון אייר פאמיליע שי' און מיט וואס זיי באשעפטיגען זיך.
תשיב
מהעתק המזכירות.