ספריית חב"ד ליובאוויטש

תשכז

ב"ה, י"ב אלול, ה'שי"ת

הוו"ח אי"א וכו' מו"ה דוד שי'

שלום וברכה!

הרה"ח הוו"ח אי"א וכו' הרב ר' ישראל שי' דזשייקאבסאן האט מיר איבערגעגעבן אייערע נעמען ווי אויך די צוויי טשעקס אף מעמד און אף דער ישיבה. די קבלות דערפאר זיינען איבערגעגעבן געווארן צו הרב רי"ד שי'.

די נעמען וואס מ'האט איבערגעגעבן וועל איך, כבקשתו דערמאנען על ציון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ בשעת הכשר און ער וועט געוויס געבן זיין ברכה. איך האף אז איר און אייערע בני בית שי' וועלן זיין גוטע כלים אף מקבל צו זיין דעם רבינס ברכות בגשמיות וברוחניות. פון די וועגן אויף צו גרייטן די כלים איז היטן די שיעורים וואס דער רבי הכ"מ האט איינגעפירט: יעדן טאג א פרשה חומש מיט רש"י פון דער סדרה פון דער וואך, תהלים נאך תפילת שחרית ווי עס איז פארטיילט לימי החודש, און תניא ווי דער רבי הכ"מ האט פאנאנדערגעטיילט לימי השנה.

איך רעכן, אז זיכער וועט איר די שיעורים מקיים זיין, און איך וועל זיין צופרידן אויב איר וועט מיר מודיע זיין דערפון.

מסתם גיט איר צדקה פון צייט צו צייט און ניט נאר בגשמיות נאר אויך ברוחניות, ד.ה. צו זען משפיע זיין אויף אייערע באקאנטע צו מקרב זיין זיי צו תורה ומצוות ויראת שמים. און ווען מ'וויל באמת העלפט דער אויבערשטער צו געפינען די ריכטיקע ווערטער און וועגן ווי צו פועלן א גוטע השפעה אויף דעם צווייטן, און דאס גיט אויך א חיזוק אין זיך, אז מ'ווערט בא זיך אליין שטארקער ווי אויך צווישן די בני בית קומט א חיזוק אין לימוד התורה וקיום המצוות, וואס דאס איז דער רצון פון אונזער נשיא כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ.

בברכת כתיבה וחתימה טובה

מנחם שניאורסאהן

תשכז

מהעתק המזכירות.

מו"ה דוד: שטרספעלד.

די שיעורים.. איינגעפירט: ראה לעיל אגרת תרמט, ובהנסמן בהערות שם. 1) ראה שיחת חי אלול ה'ש"ת (בספר השיחות), ה'תש"א (לקוט כב), ה'תש"ג (קונטרס מה), ה'תש"ה (לקוט כה) ועוד.

2) בארוכה בשיחת כ' כסלו תרצ"ג (לקוט ב), ושם בשם כ"ק הרה"ק ר' נחום זצוקללה"ה אשר שלשה אלו זהו הולדת הבעש"ט בגופו בנפשו וברוחו.

3) שיחת חה"פ ה'תש"ג (לקוט כג) אות ס"ג.

4) רשימה למאמר ג' סליחות ה'תרנ"ה-ה'תש"ה.

5) כן הוא בגכתי"ק. ולא כמו שנעתק "לדורות ולאמר".