ספריית חב"ד ליובאוויטש
- דף הבית /
- ספרי כ"ק אדמו"ר /
- אגרות קודש /
- כרך ג /
- תשלג /
ספרי כ"ק אדמו"ר > אגרות קודש > כרך ג > תשלג
ב"ה, ט"ז אלול, ה'שי"ת
הרה"ח וו"ח אי"א וכו'... שי'
שלום וברכה!
אייערע ביידע בריוו פון ד' ראה און א' תצא האב איך באקומען. און לויט אייער בקשה וועל איך איבערלייענען אייערע פדיונות אויפן ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, און זיכער וועט ער ממשיך זיין ברכה והצלחה אויף אייך און אלע אייערע וואס איר דערמאנט אין אייער בריוו.
בנוגע צו אייער שאלה וואס איר פרעגט וועגן העתקה, און פאררופט זיך אויך אויף די בריוו פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ וועגן אייער פארן, פארשטיי איך ניט פארוואס איר פרעגט איבער נאכאמאל, און וואס קען איך אייך מוסיף זיין אויף מיין פריערדיקן בריוו וואס איך האב שוין וועגן דעם געשריבן. בכל אופן, ווי איר וועט מחליט זיין, זאל זיין להצלחה בגשמיות וברוחניות.
דעם פ"נ פאר די לערערין פון "בית שרה" וועל איך איבערלייענען אויפן ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, און ער וועט זיכער געבן זיין ברכה להמצטרך לה בגשמיות וברוחניות.
בנוגע אייער לערנען זיך דעם פאך... וואס איר האט איבערגעריסן, און איר פרעגט אויב ס'איז כדאי ווייטער צו לערנען זיך אין חודש אלול, הנה דער ואספת דגנך ותירושך ויצהרך איז אויך אן ענין פון דער תורה און פון פרשת קריאת שמע, נאר מען דארף דאס טאן לויט די הוראות פון דער תורה וביראת שמים. דערפאר קומט בא מיר אויס אז איר זאלט להצלחה ממשיך זיין אייער לערע און משלים זיין זיך אין דעם פאך, והשי"ת יתן ברכתו איר זאלט געפינען פרנסה וואו איר וועט זיין בכשרות, במנוחה ובהרחבה.
בברכת כתיבה וחתימה טובה, המחכה לבשורות טובות ממנו ומכל אלו שמזכיר במכתבו
מנחם שניאורסאהן
דעם בוך ספר החסידות פון אברהם כהנא איז ניט כדאי צו באנוצן, ובפרט יעצט אז ס'זיינען דא אזויפיל ספרים געדרוקט וועגן חסידות ותורת החסידות, וועלכע זיינען געשריבן פון רביים און פון חסידים.
תשלג
מהעתק המזכירות.
העתקה: ראהלעיל אגרת תשב.