ספריית חב"ד ליובאוויטש

תשלה

ב"ה, ט"ז אלול, ה'שי"ת

מרת... תחי'

ברכה ושלום!

איך האב באקומען אייער בריוו פון כ"ז מנחם אב, אין וועלכן איר באשרייבט אייער מצב און באקלאגט זיך אז עס פעלט אייך אין גוטסקייט און פרומקייט.

עס שטייט אין חסידות וועגן חודש אלול און עס ווערט אויך געבראכט אין א מאמר פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, אז אין חודש אלול איז דער אויבערשטער ווי א קיסר וואס גייט ארויס אין פעלד, וואס דארטן קענען אלע צוגיין צו עם, און דארטן נעמט ער אלעמען אויף בסבר פנים יפות און מיט א שמייכל, ניט קוקנדיק אפן צושטאנד פון דעם מאן אדער פרוי וועלכע גייען צו צו עם.

דער נמשל דערפון איז, אז דער חודש אלול וואס איז דער לעצטער חודש פון יאר ווען מען דארף מאכן א חשבון הנפש פארן גאנצן פארגאנגענעם יאר, זאל זיך א מענטש ניט דערשרעקן ווען ער נעמט זיך באטראכטן וועגן זיין אויפפירונג אין דער פארגאנגענער צייט.

זאגט מען עם: זאלסט וויסן זיין, אז כאטש דו געפינסט זיך אין א פעלד און ווייסט נאך ניט אויב דו ביסט צוגעפאסט מען זאל דיך אריינלאזן אין אן ארט וואו עס וואוינען ריכטיקע מענשטן, זאלסטו אבער וויסן, אז דער מלך מלכי המלכים איז צו דיר ארויס אין פעלד, וואס דארט קענסטו גלייך צו עם צוגיין און דערלאנגען דיין בקשה, און ער וועט דיך אויפנעמען בסבר פנים יפות און מיט א שמייכל, במילא דארפסטו זיך ניט שרעקן.

און כאטש דער חשבון וואס דו האסט געמאכט פון דיינע מעשים, רייד און מחשבות איז ניט קיין גוטער, אבער אזוי ווי דו האסט צו טאן מיט אן אב הרחמן - א פאטער פול מיט רחמנות, איז אויב דו וועסט נאר נעמען א החלטה, אז פון איצטער אן וועסטו טאן אלץ וואס דו קענסט צו זיין ווי דער אויבערשטער וויל, וועסטו זיכער האבן א כתיבה וחתימה טובה, א גוטן זיסן יאר, סיי פארן גוף און סיי פאר דער נשמה.

בפרט דארף זיך פילן ערמוטיקט א מוטער וואס האט אויפגעהאדעוועט קינדער וועלכע גייען בדרך הישר, בדרך התורה ובדרך החסידות וואס דאס איז איינע פון די גרעסטע זכותים וואס א פרוי קען האבן, און דאס וועט אייך העלפן ארויסצוגיין פון דעם מצב וואס איז ניט ווי עס דארף צו זיין, און ארויפפירן אויף דעם ריכטיקן וועג צו האבן טוב גשמי ורוחני.

מיר דארפן אלע וויסן, אז מיר האבן געהאט א גרויסן רבי'ן און מיר האבן איצט אויך א גרויסן רבי'ן הוא כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, וואס האט געבעטן און אויסגעבעטן און בעט אויך איצט אויס ברכה והצלחה פאר אידן בכלל און פאר די וועלכע זיינען מיט עם פארבונדן, בפרט.

דער רבי האט געוואוסט און ווייס איצט אויך די שוואכקייטן אין די מענער אדער פרויען אין קהל עדת החסידים, אבער ניט קוקנדיק אויף דרויף האט ער פאר זיי מתפלל געווען און איז אויף זיי מתפלל, אז זיי זאלן האבן דאס וואס זיי דארפן, בני חיי ומזונא רויחא, און אז דער אויבערשטער זאל זיי מוחל זיין זייערע עבירות, נעמענדיק אין אכט דעם צושטאנד אין וועלכן זיי געפינען זיך און די נסיונות פון יצר הרע.

במילא דארפן מיר אלע מאכן בא זיך א הסכמה, אז פון איצטער אן זאלן מיר ווערן בעסער, און די הסכמה וועט ממשיך זיין ברכה והצלחה אז מיר אלע - און אין דעם כלל זייט איר אויך און אייערע בני בית שיחיו - זאלן האבן א שנה טובה ומתוקה, בא יעדערן זאלן דערפילט ווערן משאלות לבו לטובה, מ'זאל זיין פרום וועט במילא זיין גוט, בגשמיות וברוחניות.

די אלע וואס איר האט דערמאנט אין בריוו וועל איך דערמאנען בשעת הכושר על ציון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ לברכה ולכתיבה וחתימה טובה.

איך ווינש אייך און אלע אייערע א כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה און זיכער וועט איר קאנען מודיע זיין בשורות טובות פון זיך און אלע אייערע

מנחם שניאורסאהן

תשלה

מהעתק המזכירות.