ספריית חב"ד ליובאוויטש

תשמב

ב"ה, י"ז אלול, ה'שי"ת

מרת... תחי'

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריוו פון 9טן אין אכטן, וואו איר באשרייבט אייער לאגע, אז איר האט געשריבן ווגען דעם צום רבי'ן כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, און ער האט אייך דאן געענטפערט...

דארפט איר וויסן זיין, אז דער רבי האט אלעמאל געהאלטן זיינע הבטחות, בפרט איצט אין יאר פון הסתלקות, וואס דאן, ווי עס שרייבט דער אלטער רבי, גייען אראפ די פארשידענע באגרענצונגען וואס זיינען געווען פריער, דארפט איר זיין זיכער און שטארק אין אייער אמונה און בטחון, אז דעם רבינס הבטחה וועט מקויים ווערן, און עס איז נאר א פראגע פון צייט. זעלבסטפערשטענדליך...

וואס איר שרייבט וועגן אייער טאכטער... שתחי' געדיינק איך נאך פון מיין צייט ווען איך בין געווען אין פאריזש, ווען זי האט דאן דורך מיר איבערגעגעבן אייער בקשה...

מען האט איר דעמאלט געשיקט א סידור, און איך בין זיכער, אז באקומענדיק איר חינוך אין בית רבקה ניצט זי דעם סידור מסתם אפט, און איז שוין מסתם צוריסן. האב איך איצט געהייסן ארויסשיקן איר א נייעם סידור. השי"ת זאל העלפן, אז דאס וואס זי וועט מתפלל זיין אין סידור זאל זיין לרצון לפני אדון כל...

בכלל זיינען דאך איצט די אלול טעג, און באלד קומען די סליחות טעג, דערנאך ימים נוראים און די פרייליכע טעג פון סוכות און שמיני עצרת, דארף מען וויסן אז אזוי איז אויך בא יעדן אידן, סיי מאן סיי פרוי: בשעת מ'בעט ביים אויבערשטן אז ער זאל זיין א רחום וחנון און א נוצר חסד, דערוועקט דאס די הארץ און פינטעלע איד וואס איז בא יעדן און דאמאלט איז דער אויבערשטער מכפר אויב מ'האט זיך אמאל אויפגעפירט ניט ווי עס דארף צו זיין און גיט א כתיבה וחתימה טובה, און דאן קומען די פרייליכע צייטן, מ'האט א שנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות.

מסתם היט איר אפ דעם מנהג צו געבן צדקה אין פושקה פון רבינו מאיר בעל הנס פאר ליכט בענטשן שבת און יו"ט, וואס איז א סגולה צו געזונט און פרנסה.

זייענדיק אויפן ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ וועל איך אייך, אייער מאן און אייער טאכטער דערמאנען לכתיבה וחתימה טובה און איך ווינש אייך אז דעם רבינס הבטחה זאל מקויים ווערן וואס פריער און איר זאלט האבן א כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה.

בברכת כתיבה וחתימה טובה,

מנחם שניאורסאהן

תשמב

מהעתק המזכירות.