ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'ד

ב"ה, ט"ז אייר, ה'תשי"א ברוקלין

שלום וברכה!

...איר שרייבט אז איר זייט א תלמיד פון הרה"צ הרה"ג כו' וכו' מוה"ר יוסף דושינסקי זצ"ל, און אז אייער זון - יבדל לח"ט - האט איר א נאמען געגעבן נאך אים,

געוויס טוט איר אלעס וואס איר קענט, צו גיין אין די וועגען וועלכע הרה"צ הרה"ג דושינסקי האט געוואלט, און אויך צו זיין א עינו טובה בשל אחרים צו מקרב זיין זיי צו אידישקייט, און עס אינטערעסירט מיך צו וויסן פון דעם בפרטיות.

און דאס וואס איר שרייבט, אז די אידישקייט אין אייער ארט, איז זייער שוואך, איז דאס אליין א גענוגענדער טעם, אז דער וואס געפינט זיך אין דעם ארט וואו אידישקייט איז שוואך, אז ער זאל דאס פארשטארקען.

און דאס וואס איר שרייבט, אז מען באדארף בעסערע שלוחים אויף דעם, איז דאך באוואוסט דער ווארט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אז השם יתברך בריינגט א אידן אויף א ארט, ניט נאר צוליב דעם ער זאל דארט האבן פרנסה גשמית, נאר אויך צוליב פרנסה רוחנית, אז ער זאל דערלייכטן דעם ארט וואו ער האט זיך באזעצט און געפינט זיך דארט, און אז איר וועט אנהויבן צו טאן אין דעם, און טאן מיט א חשק, וועט השי"ת אייך מצליח זיין, און וועט אנזאגען גוטע בשורות אין דעם.

בייגעלייגט איז די שיחה פון ל"ג בעומר פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועלכע איז יעצט ארויס פון דרוק, און געוויס וועט איר זי לייענען, און דאס וועט אייך בריינגען א תועלת בעבודת השי"ת.

המחכה לבשו"ט בברכה.