ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'ז

ב"ה, ט"ז אייר, תשי"א ברוקלין

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מוה"ר שמואל שי'

שלום וברכה!

עס האט מיך געפרייט - זיינער צייט - צו הערן א גרוס פון אייך דורך הרה"ח הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצרכי צבור וכו' מוה"ר אלי' שי' סימפסאן אז איר האט פארבראכט מיט די זכרונות פון אמאליגע צייטן, די ליכטיגע טעג, ווען איר זייט געווען אין די ווענט פון די חדרים פון דער ישיבה תומכי תמימים אין ליובאוויטש.

געוויס ווייסט איר פון דעם ווארט וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, האט געזאגט אין נאמען פון בעל שם טוב הקדוש, אז יעדער זאך וואס עס טרעפט בא אידן, איז דאס בהשגחה פרטית, - ניט קיין צופעליגקייט - מקרה -.

איז געוויס אז דאס וואס השי"ת האט מזמין געווען און איר האט זיך צוזאמענגעטראפן און פארבראכט, האף איך אז דאס האט געמאכט א גוטע ווירקונג ניט נאר אויף הרב ר' אלי' סימפסאן שי' נאר אויך אויף אייך אליין, און די ראי' אויף דעם איז, אז דעם פועל'ט צו דערנעהנטערן זיך צום מקור החיים פון אלע אידן, וואס דאס איז תורה ומצות.

און די וועלכע האבן זוכה געווען צו דערוויסן זיך אויך פון דעם אור החסידות, און פון דער הנהגה פון דרכי החסידות, האבן א ווארימקייט צו טאן א טובה א אידן, און אויך א ווארימקייט ביים לערנען א פרשה חומש, עין יעקב גמרא, תניא און ספרי חסידות, וואס די אלע זאכן, ווער עס טוט דאס איין מאל, בלייבט א רושם פון דעם אויפן גאנצען לעבן, און עס ווענדעט זיך נאר אין דעם וועלן, און אז ער וועט וועלן וועט ער געוויס קענען.

בייגעלייגט איז די שיחה פון ל"ג בעומר פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועלכעס איז יעצט ארויס פון דרוק, און לייענענדיג די שיחה, וועט דאס אייך געוויס פיל גוטעס טאן.

אקוה לשמוע בשורות טובות ממנו, ואחתום בברכה לו ולכב"ב שיחיו.

א'ז

מוה"ר שמואל: לוין, באלטימור.