ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'ח

ב"ה, ט"ז אייר, תשי"א ברוקלין

שלום וברכה!

זיינער צייט האב איך ערהאלטן אייער צווייטן בריוו אין וועלכן איר בעט א ברכה פאר אייך און אייער פרוי תחי'.

ווען איך בין געווען אויפן ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האט איך אייך מזכיר געווען לטובה, און געוויס וועט כ"ק מו"ח אדמו"ר מעורר רחמים רבים פאר אייך לרפואה קרובה, און איר ביידע וועט האבן נחת, אידישן נחת, פון אייערע קינדער יחיו.

עס וואלט געווען זייער גוט, ווען איר זאלט איינפירן דאס זאגן תהלים אין שול, אויך אין די וואכן טעג, לפחות א פאר קאפיטלעך, און גיט איבער די מתפללים יחיו, די ווערטער וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר האט געזאגט, אז דאס זאגן תהלים איז מגין פון א סאך ענינים לא טובים ח"ו און איז ממשיך רוב טוב בהמצטרך לכל אחד ואחד.

בייגעלייגט איז די שיחה פון ל"ג בעומר מכ"ק מו"ח אדמו"ר וואס איז נאר וואס ארויס פון דרוק, און איך האף אז איר וועט געפינען די פאסענדע צייט, צו לייענען לפחות טייל ווייז פאר די מתפללים יחיו, וואס געוויס וועט דאס בריינגען א תועלת פאר אייך אלעמען.

בברכה.