ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'כה

ב"ה, כ"ה אייר, תשי"א ברוקלין

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ באמונה כו'

מוה"ר יום טוב שי'

שלום וברכה!

מיט פארגעניגן האב איך געליינט אייער בריף וואו איר שרייבט וועגן דער פארשריט און הצלחה אין דער ארבעט פון דער ישיבה אחי תמימים אין באסטאן, און פון אייער שטענדיג ארבעט און מיטהילף פאר דער ישיבה.

איך געדיינק נאך אייערע ווארימע ווערטער, ווען מיר האבן זיך באגעגענט א קורצע צייט נאך דער הסתלקות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע וועגען די מוסדות פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר, און בין זיכער אז אויך אויף ווייטער וועט איר פארטזעצען אייער גוטע ארבעט פאר די אלע מוסדות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע און אויך ווירקען אויף אייערע באקאנטע און פריינד צוציען זיי צו דער ארבעט, און דאס גופא - ווי עס ווערט געבראכט אין ספרים - וועט מיטבריינגען הצלחה אין אייערע פריוואטע ענינים.

וועגען אייער פראגע, און פארשלאג אויף איבער בויען נאך א פאר רומס אין דעם זעלבען בנין פון דער ישיבה, וויילע דער יעצטיגער פלאץ איז צו איינג און קאן ניט ארייננעמען די אלע תלמידים וועלכע ווילן אנקומען אין דער ישיבה נאר עס דארף קאסטן עטליכע טויזענד דאללאר און אייניגע מעמבערס צווייפלען צי מען זאל דאס טאן,

אפזאגען קינדער וועלכע ווילן אריינגיין [אין] ישיבה לערנען, איז אויסער דעם וואס דאס אן און פאר זיך טאר מען ניט, וועט דאס אויך בריינגען ח"ו שאדן דעם גוטען נאמען פון דער ישיבה, און במילא אויך א היזק אין דער הכנסה פון דער ישיבה, און לויט ווי איר שטעלט פאר דעם מצב, אז עס איז קיין אנדער ברירה ניטא, נאר איבער בויען די רומס פון דעם יעצטיגן בנין פון דער ישיבה, איז זיכער אז אויך די אנדערע מעמבערס וועלן מסכים זיין צו דעם, און השם יתברך זאל געבן עס זאל זיין בהצלחה.

מיר שטייען יעצט נאהענט צו די שבועות טעג, דער זמן פון מתן תורה, ווערט געבראכט אין מדרש, אז פאר מתן תורה האט דער אויבערשטער געבעטן

ערבות - גאראנטיעס - און האט ניט אנגענומען פאר גענוג די ערבות פון די אבות הקדושים און אויך ניט פון די רועי ישראל, ביז די אידן האב געזאגט אז זייערע קינדער וועלן זיין די ערבים, אז מען וועט זיי לערנען תורה און מחנך זיין אין יהדות, און ערשט דענסטמאל האט השי"ת מסכים געווען צו געבן די תורה הקדושה. און דאס דארף זיין א מוסר השכל פאר אונז אלעמען, אז איינע פון די הכנות צו מקבל זיין די תורה, איז דאס א פארשטארקטע ארבעט אין דעם חינוך פון אידישע קינדער.

איך בעט איבערגעבן מיין גרוס ברכה צו אלע מלמדים פון דער ישיבה און אלע ארויסהעלפער פון דער ישיבה מאטעריעל און גייסטיג, וביחוד להרה"ג והרה"ח הוו"ח אי"א נו"מ עוסק בצ"צ באמונה וכו' וכו' הרב זובער והרב קאסטעל יחיו.

בברכת קבלת התורה בשמחה ובפנימיות.

בייגעלייגט איז די שיחה פון ל"ג בעומר, וועלכע איז ניט לאנג ארויס פון דרוק, וועלכע איך בין זיכער אז עס וועט אייך אינטערעסירן.

א'כה

מוה"ר יום טוב: פרילוק, קאנטאן מאסס.