ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'כז

ב"ה, כ"ה אייר, תשי"א ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מוה"ר יהודה ליב שי'

שלום וברכה!

עס האט מיך געפרייט צו הערן א גרוס פון אייך דורך הרה"ח הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצרכי צבור באמונה וכו' מוה"ר אלי' שי' סימפסאן, און ער האט מיר אויך דערציילט פון דעם פארבריינגען צוזאמען אין ווארימע חסידישע סביבה, און ווי מיין שווער כ"ק אדמו"ר האט געזאגט דעם אויסשפראך, אז א חסידישער פארבריינגען דערווארימט די קאפ די הארץ ביז דער פיאטע פון די פיס, און אז מען קומט אהיים פון אזא פארבריינגען, בריינגט מען אריין ליכט און ווארימקייט אין הויז אז די הויז זאל ווערן ליכטיגער און ווארימער ווי זי איז געווען פריער.

זיכער ווייסט איר דאס וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר האט פילע מאל דערציילט אין נאמען פון בעש"ט הקדוש, אז יעדער זאך וואס א איד הערט און זעהט, קאן ער פון דעם אפלערנען א מוסר השכל אין זיין פרטיתדיקע עבודה צו השי"ת, ובפרט פון א מקור פרנסה זאך, וואס מען איז פארבונדען אין דעם א משך זמן, אפולע טעג אין יאר און פילע שעות פון טאג.

אייער עסק וואס איר גייט טאן בשעה טובה ומוצלחת, מיט דעם נייעם פאטענט, באשטייט אין דעם, וואס מען נעמט גענוצטע זעק, וואס דורך דעם וואס מען האט זיי גענוצט, האט זיך אין זיי אריינגעכאפט באצילען, וואס ניט נאר וואס זיי בריינגען ניט קיין נוצען, אלא אדרבה זיי קאנען נאך איבערפירן דאס ווא[ס] מען וועט אין זיי אריינלייגן אין די זעק. זוכט מען עצות אויף צו באזייטיגען די באקטעריעס, און איינע פון די עצות איז, אז מען לייגט אריין די זעק אין א פארמאכטן ארט, און מען מאכט דארט די ווארימקייט מער ווי געוויינליך, וואס די באקטעריעס קאנען ניט אויסהאלטן, און במילא ווערן די זעק באפרייט פון די באקטעריעס, און מען קאן זיי נוצען נאך אמאל.

אזוי איז אויך אין אונזער לעבן, ווען דער יצר טוב קומט צום מענשן צו דרייצען יאר, איז דער מענש שוין א גענוצטער דורך דעם יצר הרע וועלכער קומט פריער פאר די דרייצען יאר, און ער דער יצה"ר טענה'ט אז ער האט א חזקה אויף דעם גוף האדם און אויף זיינע מחשבות דבורים ומעשים, און ער איז דער בכור, איז פראן צו דעם א עצה אז אין מחשבה דבור ומעשה זאלן זיך ניט גרינג אריינכאפן פניות מחשבות זרות אדער ניט גוטע כוונות פון דעם יצה"ר, און די עצה אויף דעם איז, אז מען זאל זיך אויף א געוויסע צייט אפשליסן פון דעם דרויסנדיקן אויר, איינשליסן זיך אין די ד' אמות פון א שול, ישיבה, אדער בית מדרש, און דארטן דערווארימען זיך מער ווי געוויינליך, מיט אהבת השם, אהבת התורה, און אהבת ישראל, און דער אייגענער זאק ווערט באפרייט פון די יצר הרע באקטעריעס, און דאס וואס מען לייגט דענסטמאל אריין אין אים, איז געזונט און נוצליך, און אזוי ווי אין די שקים - כפשוטם - איז ניט מספיק א איינמאליגע דיזענפעקציע עס זאל זיין פערפעקט, איז אזוי אויך אין דעם שק האדם, ווען מען שטייט אויף פון שלאף, דארפמען פון דא[ס] ניי איינזאפען אין זיך אידישע חסידישע ווארימקייט און דענסטמאל קאן מען זיין בטוח צו זיין א עובד ה' א לומד תורה ומקיים מצות.

איך ווינש אייך הצלחה אין אייער ענין, און השי"ת זאל העלפן עס זאל מקויים ווערן אין אייך, דאס וואס כ"ק מו"ר אדמו"ר האט דערציילט אין נאמען פון אדמו"ר הזקן בעל התניא, השי"ת גיט אידן גשמיות פרנסה בהרחבה, און אידן מאכן פון די גשמיות רוחניות, וואס זיי נוצען דאס אויס אויף צו מפרנס זיין זיך און בני ביתו בכשרות, להחזקת היהדות והפצת התורה.

איך האף צו הערן בשורות טובות פון אייך.

בברכת חג שמח וקבלת התורה בשמחה וב[פ]נימיות.

א'כז

מוה"ר יהודה ליב: אונגאר, פיטסבורג.