ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'לה

ב"ה, א' סיון, תשי"א ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מוה"ר אלי' הירש שי'

שלום וברכה!

אייער בריף פון כ"ח אייר האב איך ערהאלטן, און דאנק אייך פאר דער בשורה טובה, אז די פרוי פון הרב... שי' פילט זיך בעסער, און השי"ת זאל אייך מזכה זיין צו אנזאגען שטענדיג בשורות טובות.

עס האט מיך געפרייט צו לייענען אייער שרייבן אז איר און אייער פרוי תחי' האבן געהאלפן צו הרב... בעת דחקו, וואס דער ענין פון ואהבת לרעך כמוך, האט שוין הלל געזאגט אויף דעם אז דאס איז דער כלל פון תורה, האט מיין שווער כ"ק אדמו"ר מבאר געווען אין נאמען פון אלטען רבי'ן בעל התניא, אז ואהבת לרעך כמוך איז א כלי צו ואהבת את הוי' אלקיך. איך האף, אז אהבת השם און אהבת ישראל וועלן גיין בא אייך צוזאמען, און ווי דער רבי דער צמח צדקה האט געזאגט, אל"ף בי"ת, אלף, אהבה, בי"ת ברכה, גימ"ל גאוה, דלי"ת, דלות, ח"ו.

ולקראת חג השבועות הבע"ל הנני מברכו שיקבל על עצמו את התורה על כל השנה בשמחה ובפנימיות.

א'לה

מוה"ר אלי' הירש: איינבינדער. מיין שווער..ואהבת.. כלי: ראה אג"ק שלו חי"א אגרת ג'תתקג, ובהנסמן בהערות שם. והשוה גם לקמן אגרת א'צז.