ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'נ

ב"ה, ט"ו סיון, תשי"א ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מוה"ר יוסף שי'

שלום וברכה!

דורך הרה"ח הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצרכי צבור באמונה כו' וכו' מוה"ר שלמה זלמן שי' העכט, האב איך ערהאלטן אייער פ"נ:

ווען איך וועל זיין אויפן ציון פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועל איך אייך מזכיר זיין, און געוויס וועט ער מעורר רחמים זיין להמצטרך להם.

צו כהנים האט השם יתברך אנגעזאגט צו בענשן די אידן, באהבה, זיי זאלן האבן אהבת ישראל אין אלע זייערע הנהגות, און זיי זיינען פארזיכערט פון השם יתברך אז, ואני אברכם, אז ער איז אויך זיי משפיע מיט אהבה, דאס הייסט, מיט א טוב הנראה.

זיכער היט איר די שיעורים פון לערנען חומש - א פרשה פון דער סדרה - יעדן טאג, און אויך א יום תהלים (ווי דער תהלים ווערט פאנאנדערגעטיילט אויף די טעג פון חדש) און אויך דעם שיעור פון תניא ווי מיין שווער כ"ק אדמו"ר, האט אים איינגעטיילט אויף די טעג פון יאר.

בברכה לבריאות הנכונה ושיבש"ט גם בזה.

א'נ

מוה"ר יוסף: כ"ץ, שיקגו.