ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'נה

ב"ה, טו"ב סיון, ה'תיש"א ברוקלין, נ. י.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה יעקב שי'

שלום וברכה!

אין צוזאמענהאנג מיט אייער באזוך בא מיר, וויל איך נאכאמאל אויסדריקן מיין ברכה, אז איר און אייער בעל-הבית'טע שתי' זאלן מאריך זיין ימים ושנים טובות.

אמת'ע גוטע לאנגע יאר, הייסט בא אידן ווען מען פילט זיי אן, מתוך מנוחת הנפש ומנוחת הגוף, מיט גוטע פעולות; דאס הייסט, ווען מען פילט אן די טעג און די יארן מיט פעולות וועלכע זיינען פארבונדן מיט תורה און מצות, וואס דריקן אויס אין מעשים בפועל די דריי אהבות, אהבת השם, אהבת התורה און אהבת ישראל. אזא לעבן ברענגט הצלחה און ברכה סיי אין דער אייגענער היים, סיי אין דער הויז פון קינדער און אייניקלעך שי'.

לויט ווי איך האב אייך געזאגט בעל-פה, האט דער רבי דער שווער זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע מערערע מאל איבערגעגעבן א ווארט פון בעל-שם-טוב, אז פון יעדער זאך וואס א איד זעט אדער הערט, דארף ער זיך אפלערנען א מוסר השכל ווי צו דינען דעם אויבערשטן. זעלבסטפארשטענדליך, דארף מען זיך אויך אפלערנען פון א שטענדיקער באשעפטיקונג.

וועש אדער קליידונג, איידער מען טוט עס אן, איז דאס אינגאנצן ריין און גלאט אויסגעפרעסט און אלץ ליגט אויף דער געהעריקן ארט. בשעת אבער מען טראגט עס א שטיקל צייט, ווערט דאס צוקנייטשט, אדער שטויביק (דאסטי) אדער באפלעקט.

פונדעסטוועגן דארף מען אזעלכע וועש אדער אזא בגד ניט ארויסווארפן, נאר מ'גיט עס אפ צו א לאנדרי אדער קלינינג. דער לאנדרימאן לייגט די זאך אריין אין א כלי אדער מאשין, וואו עס איז א ווארימע אדער היסע טמפעראטור, הייסע וואסער, ווי אויך פארשידענע קעמיקעלס אדער זייף, וואס דאס אלץ נעמט ארויס די שטויב און פלעקן, און דערנאך פרעסט מען עס אויס דורך ארויפלייגן אויף דער זאך א משא אדער דרוק (פרעשער), דאן קען מען שוין דעם בגד ווייטער אנטאן.

די זעלבע זאך איז מיט א אידישע נשמה. בשעת דער אויבערשטער גיט דעם אידן זיין נשמה, סיי מאן סיי פרוי צוגלייך, איז די נשמה א ריינע, אויסגעפרעסט און צוגעפאסט צו יעדן איינעם, ווי מיר זאגן יעדן טאג אין די ברכות השחר: נשמה שנתת בי טהורה היא.

מיט דער צייט אבער, אזוי ווי מעט ניצט איר אויך אויף וועלטיקע זאכן, ווערט די נשמה צוקנייטשט בשעת מען באנוצט זי ניט אויף דעם וואס דער אויבערשטער וויל, און ס'קאן זיין, אז עס קלעפט זיך צו דאסט אדער פלעקן, בשעת מען טוט ניט ח"ו א מצוה וואס מ'דארף טאן, אדער מ'איז ח"ו עובר אן עבירה וואס מ'טאר ניט טאן.

פונדעסטוועגן לערנט אונז די תורה, אז מ'זאל ח"ו ניט פארלירן די האפנונג אויף ריינקייט פון דער נשמה און איר צוגעפאסטקייט צום מענטשליכן אידישן לעבן. נאר מ'דארף איר ארייננעמען אין א ווארימע טעמפעראטור, דאס הייסט אנווארימען מיט דער ווארימקייט פון תורה ומצוות, זי זאל זיך קאכן אין דעם און האבן אין דערויף א לעבעדיקייט. די ווארימקייט דארף זיין א פייכטע, זי זאל האבן פייכקייט און קלעפיקייט צו אלע הייליקע זאכן, וואס דאס פועלט מען בא זיך דורך א הארציקן דאוונען, וואס אויף דערויף שטייט: שפכי כמים לבך - גיס אויס דאס הארץ ווי וואסער; און דורך א הארציקן לערנען, ווי עס שטייט: הוי כל צמא לכו למים, אין מים אלא תורה - איר דורשטיקע גייט טרינקען וואסער, דאס מיינט מען ניט קיין סתם וואסער, נאר די תורה.

דערצו דארף מען צומישן פארשידענע זאכן: געבן צדקה, אפהיטן כשרות און אנדערע מצוות, וואס דורך דערויף ווערט די נשמה אינגאנצן ריין צוריק. און אויב מען לייגט אויף איר ארויף א משא פון תורה, כאטש עס דוכט זיך אז דאס איז א לאסט, איז ניט נאר וואס זי צושטערט ניט די זאך, נאר פרעסט איר אויס, יעדע זאך אויף איר ארט, אין איר פאסנדע פארם און שייפ. דאס הייסט, אז דורך תורה ומצוות ווערט די נשמה דאס וואס זי דארף זיין.

איך פארענדיק מיט דעם וואונש פון אריכות ימים ושנים טובות צו אייך וזוגתו תחי', איר זאלט האבן אסך אידישן נחת פון אלע אייערע קינדער שיחיו.

בברכה.

א'נה

מו"ה יעקב: פערל.