ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'סב

ב"ה, כ"ג סיון, ה'תיש"א ברוקלין, נ. י.

שלום וברכה!

צו דער געלעגנהייט פון דיין בר-מצוה, וואס ווערט געפראוועט דעם שבת פ' שלח, וויל איך דא נאכאמאל איבער'חזרן די ברכות וואס איך האב דיר געגעבן מינדליך ווען דו ביסט געווען בא מיר, אז דער טאג פון דיין בר-מצוה זאל זיין דער אנהייב פון א פולן אידישן לעבן בתורה ומצוות, ווייל אין דעם טאג ווערסטו א פולער, דערוואקסענער איד, מיט אלע זכויות ווי אויך אלע התחייבותן בלימוד התורה וקיום המצוות וועלכע זיינען פארבונדן מיט א אידן.

איינע פון די ערשטע בר-מצוות וועגן וועלכע מיר ווייסן, ווערט באשריבן אין מדרש (בראשית רבה פרשה נ"ג). דאס איז געווען די בר-מצוה פון יצחק אבינו. ווי דער מדרש דערציילט, האט דאן אברהם אבינו געמאכט א גרויסע סעודה, צו וועלכער ער האט איינגעלאדן א גרויסן עולם, אזוי ווי אברהם אבינו איז געווען א קיסר, האט ער איינגעלאדן צו דער סעודה די אנדערע קיסרים פון זיין צייט, צווישן זיי עוג מלך הבשן.

דערציילט ווייטער דער מדרש, אז צוזעענדיק די שמחה פון דעם אלטן אברהם אבינו, וואס איז דאן געווען הונדערט דרייצן יאר אלט, און זיין בן יחיד יצחק, האט דאן דער מעכטיקער עוג מלך הבשן געזאגט: וואס קען באטרעפן אברהם און יצחק און אלץ וואס זיי שטעלן מיט זיך פאר און קעמפן דערפאר, בשעת זיי זיינען אזוי קליין און שוואך אין צאל, מיט איין פינגער קען איך זיי צורייבן.

האט דער אויבערשטער אויף דערויף געענטפערט: עס וועט קומען א צייט, ווען עוג מלך הבשן וועט זען די צענדליקע טויזנט אידן וועלכע וועלן פון דעם קינד ארויסקומען און וועלן אים מנצח זיין!

דערפון דארף זיך יעדער איינער פון אונז אפלערנען פאר זיך אליין, אז אויב עס פאלט אים אמאל אריין אין געדאנק, אז אידן צווישן די פעלקער זיינען א קליין און שוואך - אין מאטעריעלן זין - פאלק, בפרט אז די אלע זאכן, פאר וועלכע אידן זיינען גרייט זייער לעבן אוועקצוגעבן, האבן ניט קיין סך אנהענגער, און אין יעדן דור געפינען זיך "עוג'ן", דאס הייסט גרויסע גיבורים און ריזן אין גשמיות און חומריות, וועלכע לאכן פון זיי און זאגן, וואס קענט איר אויפטאן, אז מיט איין פינגער קענען מיר אייך און אייערע אידייען צורייבן -

האבן אונזערע אבות אברהם יצחק ויעקב אונז געלערנט ניט נתפעל ווערן פאר זיי.

"אחד הי' אברהם" - ער איז געווען איינער אין דער וועלט ווען ער האט אנגעהייבן לערנען ג-טליכקייט, און ער האט זיך ניט געשעמט און ניט באהאלטן, און איז געגאנגען מיט א געהייבענעם קאפ און וואו ער איז נאר געקומען איז - ויקרא שם בשם ה', האט ער אלעמען געלערנט וועגן אויבערשטן און אנגעוויזן, ווי צו גיין אין זיינע וועגן.

דערפאר, בשעת זיין בן יחיד, זיין איינציקער זון פון שרה'ן, איז געווארן בר-מצוה, איז ניט קוקנדיק אויף דעם וואס ארום זיינען געווען אזויפיל קינדער פון אנדערע פעלקער, מיט אנדערע גלויבנס און אנדערע ארט לעבן, האט אברהם אבינו פונדעסטוועגן געמאכט א משתה גדול, און אויסגעניצט די געלעגנהייט צו פארשפרייטן ג-טליכקייט.

און כדי מען זאל ניט מיינען, אז מסירת נפש לאזט זיך אויס ח"ו אן הצלחה, דערציילט דער מדרש אז ווען מ'האט די ריכטיקע שטארקייט ניט נתפעל צו ווערן פון די אפלאכער און ניט צו באהאלטן זיך מיט תורה און מצוות, איז סוף כל סוף איז מען מנצח ניט נאר מאראליש נאר אויך מאטעריעל, פונקט ווי עוג מלך הבשן איז געפאלן אין דער מלחמה וואס ער האט געפירט געגן אידן, די קינדער פון אברהם יצחק ויעקב.

איך האף, אז אויך דו וועסט גיין מיט געהעריקער שטארקייט בקיום התורה והמצוות, דאן וועט השם יתברך דיר מצליח זיין, און דו וועסט אויך האבן א גוטע השפעה אויף דער סביבה דערנעענטערן זי צו תורה ומצוות און ליכטיק מאכן ארום און ארום.

מיט דער ברכה, אז דיינע עלטערן און אויך זיידע און באבע שי' זאלן האבן פון דיר אסך נחת, אידישן נחת.