ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'סו

ב"ה, כ"ז סיון, ה'תשי"א ברוקלין.

שלום וברכה!

...איך האף, אז ווען איר קאנט ח"ו ניט גיין אין שול, היט איר דאך אייערע שיעורים אין לערנען זייענדיג אין הויז, וואס דאס גופא איז א עצה און א סגולה אז איר זאלט וואס פריער קאנען גיין אין שול לערנען די שיעורים ברבים,

זיכער ווייסט איר פון דעם חסידישן מנהג וואס דער בעל שם טוב האט איינגעפירט, אז מען זאל דינען השם יתברך מיט שמחה, וואס דורך דעם קאן מען מער פועל'ן איידער דורך דער עבודה אין דעם פארקערטן זייט, ווייל שמחה איז פורץ גדר, און אז די שמחה איז ווי דער רצון השם יתברך איז, אין אהבת השם, אהבת התורה ואהבת ישראל, איז דענסטמאל גיט דער אויבערשטער מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה, אז עס זאל זיין פון וואס צו זיין צופרידן אן איבעריקע חשבונות.

איך האף צו א גוטע בשורה פון אייך אז אייער געזונט האט זיך פארבעסערט און איר זעצט פאר צו גיין אין שול, ווי אייער מנהג הטוב איז,

ואחתום בברכה לאריכות ימים ושנים טובות, וואס דער טייטש איז א

צווייפאכיגער: כפשוטו, לאנגע געזונטע יארן, און צו דעם אז די יארן זיינען באמת גוטע אנגעפילט. מיט טוב, ואין טוב אלא תורה ומצוה.

בברכה.