ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'ע

ב"ה, כ"ז סיון, תשי"א

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"מ עוסק בצ"צ וכו' מו"ה ברוך

שי'

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו לייענען אין אייער בריף, אז איר האט זיך טיף פאראינטערעסירט און אויך זיך באקענט מיט דעם מצב פון אחינו בני ישראל אין אה"ק ת"ו - וואס דאס איז דאך איינע פון די פאלגען פון אהבת ישראל "ייענעמס מצב זאל זיין זיך אמת נוגע".

עס וואלט געווען א שאדן אויב די ידיעות און איינדרוק וועלכע איר האט באקומען זאלן פארלארן גיין, מסתם האט איר עס פארשריבן, ווייניקסטנס ראשי פרקים פון דעם, אויב עס איז אזוי וואלט איך אייך דאנקבאר געווען ווען איר שיקט עס צו מיר (על מנת להחזיר).

על כל פנים, וואלט איך אייך בעטן צו ענטפערן מיר, אויב מעגליך, אויף פאלגענדע פראגן (וועלכע איך שטעל אין דער רייען ארדנונג פון די פונקטן וועלכע איר בריינגט אין אייער בריוו).

א) דער רושם פון אייער באזוך אין כפר חב"ד.

ב) דעם גייסט אין וועלכן עס לערנען תלמידים פון פארשידענע מוסדות חינוך.

ג) דאטן וועגען דער צאל קינדער וועלכע געפינען זיך אונטער דער השפעה פון די פארשידענע פארטייען.

ד) ידיעות ווען דעם גייסטיקן לעבן אין די מעברות בכלל, און וועגן דעם חינוך דארטן בפרט.

ה) זיכער האט איר זיך אריינגעטראכט אין דער סדרה וואס מ'האט ערשט געלייענט, נעכטן פרי: (שלח יד, ח-ט) אם חפץ בנו הוי' והביא אותנו וגו' ונתנה לנו (און ער וועט זי אונז געבן, איז דאס דאמאלסט) ארץ אשר היא זבת חלב ודבש (אבער אן אייביגער תנאי איז דערביי) אך בהוי' אל תמרודו (און אז מ'האט געשריען - שם, פסוק מ-מב - הננו ועלינו... ויאמר משה... אל תעלו (און ווייסט איר פארוואס) כי אין הוי' בקרבכם).

און דאס איז דער הויפט פונקט וואס איך זוך אויסצוגעפינען וועגען דעם מצב דארט, האט איר די ידיעות וועגן דעם? ניט המצב בארץ כנען, אפילו ניט בארץ ישראל, נאר המצב בארץ הקדושה, וואס תבנה ותכונן במהרה בימינו ממש על ידי משיח צדקנו, אויב אידן וואו נאר זיי געפינען זיך, סיי אין גלות דא סיי אין גלות דארט, וועלן מקיים זיין דאס וואס משיח האט געזאגט אז ער קומט היום (אויב נאר) אם בקולי תשמעון (סנהדרין צח, א).

מיט גערוס צו אייערע ב"ב שיחיו, ובברכה.

א'ע

מו"ה ברוך: ליטוין. אגרות נוספות אליו - לעיל ח"ג תעה, ובהנסמן בהערות שם.