ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'עח

ב"ה, ד' תמוז, תשי"א

ברוקלין.

האברך הוו"ח אי"א וכו' מו"ה מאיר שי'

שלום וברכה!

איך האב ערהאלטן אין צייט דעם בריף פון א' דראש חודש תמוז, און בין צופרידן צו הערן, אז עס איז באנייט געווארן דער שיעור אין שול, אן א דאנק פאר דעם גרוס וואס ער האט איבערגעגעבן די בעלי בתים אין שול און פון דעם סדר פון שבת מברכין, און האף אז ער וועט אויך קאנען פועל'ן בא זיי צו איינפירן די אנדערע סדרים פון שבת מברכין, צו זאגען תהלים א.א.וו.

געוויס וועט איר זיי אויך איבערגעבן וועגען דעם וואס עס האט זיך גערעט אין ש"ק פ' שלח, וועגען דעם חטא פון די מרגלים, וועלכע זיינען דאך געווען ערליכע - כשרים - ווי רש"י איז מפרש, און פון דענסטוועגן האבן זיי ניט געוואלט גיין אין ארץ ישראל, ווערט אין חסידות ארומגערעדט, אז דער טעות פון די מרגלים איז געווען, וואס זייענדיג אין מדבר, האבן זיי א עסק נאר מיט תורה און רוחניות, ווארום צו עסן, האבן זיי געהאט דעם מן, צו טרינקען האבן זיי געהאט דעם בארה של מרים, און זייערע קליידער זיינען געוואקסען מיט זיי צוזאמען, ווי רש"י איז מפרש אויף דעם פסוק, שמלתך לא בלתה מעליך, במילא האבן זיי ניט געוואלט האבן צו טאן מיט ענינים פון עולם הזה, וואס אריינגייענדיק אין ארץ ישראל וואלטן זיי שוין באדארפט אריינגיין אין א אנדער סדר, צו בעארבעטן די ערד, טאן מסחר און ענליכעס, הגם דאס גופא דאר[ף] דאך זיין על פי תורה, צו אויסהיטן זיך פון גניבה לשון הרע השגת גבול וכו', און מקיים זיין די מצות פון מעשר, שביעית, תרומה, אבער עס וואלט דאך געבליבן ווייניג צייט צום לערנען און דאוונען, האבן די מרגלים גע'טענה'ט צוליב וואס זאלן זיי אויסבייטן די איידעלע ארבעט וואס זיי האבן אין מדבר, אויף די ארבעט פון ארץ ישראל, וואו מען דארף זיך פארנעמען מיט פירות הארץ (ניט מיט מן) און מיט דעם עם היושב בקרבה (ניט אזוי ווי אין מדבר, וואס עם לבדד ישכון) במילא וועט דאך דאס זיין א ארץ אוכלת יושבי', וואס עס וועט אויפעסן די רוחניות און קדושה פון דעם עם ישראל.

דאך האבן זיי א טעות געהאט אין דעם, און ווי די תורה זאגט, אז טובה הארץ מאד מאד, אז חאטש די עבודה איז פשוטע און איינפאכע זאכן, אבער דאס וויל דער אויבערשטער, אז אפילו די איינפאכע זאכן, זאל זיך אויך אין זיי זיין אנזעהנדיק אז דאס טוט א איד ווי מען באדארף טאן, און דאס איז טייערער בא הקב"ה פון דעם לימוד התורה אין מדבר.

און דאס דארף זיין א מוסר השכל פאר אונז אלעמען, אז געפינענדיג זיך אין אזא שווערן גלות, וואס צוליב סיבות קען מען ניט לערנען אכט שעה א טאג און עס איז ניט מער וואס מען נעמט איינטייל אין שיעורים ברבים אין שול, און די שיעורים זיינען אויך ניט אין די טיפע ענינים פון תורה, נאר מער ניט ווי לימוד דינים פון קיצור שולחן ערוך, אגדות חז"ל אדער ספורי צדיקים, פון דעסטוועגן דארף מען ניט זיין געפאלן בא זיך, און אלע מאל געדיינקען, אז טובה הארץ מאד מאד, אז מען וועט ניט נתפעל ווערן פון די אלע שוועריגקייטן און מען פירט זיך אויף ווי א איד דארף זיך אויפפירן, קאן מען אויך דורך דעם משלים זיין דעם רצון העליון, אט אזוי ווי מיטן לערנען תורה אין מדבר, און ווען מען טוט דאס בשמחה, איז דאס נאך מער טייערער.

איך וויל אייך בעטן איבערגעבן א גרוס צו די אלע וועלכע נעמען איינטייל אין די שיעורים, און השם יתברך זאל העלפן אז דער לימוד השיעורים זאל זיין בהצלחה, און זאלן מיטנעמען פון די שיעורים אידישע ווארימקייט און אריינבריינגען אין זייערע הייזער.

בברכה.

א'עח

נדפסה בלקו"ש ח"ח ע' 297 והושלמה ע"פ העתק המזכירות. מו"ה מאיר: וויטסקי, אקראן אהיא.