ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'עט

ב"ה, ד' תמוז, תשי"א

ברוקלין.

הרה"ח הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מהו"ר ארי' דוב

שי' שו"ב

שלום וברכה!

קבלתי שני הפ"נ שלו, ולכשאהי' על ציון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אקראם, ובטח יעורר ר"ר למילוי משאלות לבבם לטובה ובטח יבשרני בשו"ט מכל הנעשה עם כל אלו אשר כתב אודותם בהפ"נ...

ובנוגע לנסיעתם לאירלאנד, הנה בכלל מהראוי הוא שהי' שימצאו אופן איך שיהי' בנסיעה זו ג"כ פרנסה רוחנית, מובן הדבר עד כמה שגדול ענין פרנסה גשמית ג"כ עפ"י המבואר בנגלה דתורה ובפרט כפי שנתבאר בתורת החסידות, אבל אעפ"כ איז עפעס פריקרע, א מנין חסידים ותמימים פארן איינמאל צווי מאל און דריי מאל, מען קוילעט אפ הונדערטער בהמות, מען קריגט באצאלט אין פונטן אדער פראנקן, און מען קומט צוריק אהיים, איז בעיני בשר עכ"פ זעהט זיך ניט אין דעם, ניט קיין מילוי שליחות בעלמא דין, און ניט בכלל א איידעלקייט.

עס ווערט דערציילט אז אין דער צייט פון מיטעלן רבין, איז געווען א אנזאג צו אלע חסידים וואס זיינען געקומען אין ליובאוויטש, אז פארענדיק צוריק אדער ריכטיגער גייענדיק צוריק זאלן זיי חזר'ן חסידות אין אלע ערטער וואו זיי גייען דורך, און אפילו אין גאר קליינע שטעטלעך, וואו זייער וועג צוריק איז, הגם דער תכלית פון זייער פארן אדער גיין אין ליובאוויטש, איז געווען צו זיין אין ליובאוויטש און קומען צוריק אהיים, און די אלע ערטער וואו זיי זיינען דורכגעגאנגען איז בא זיי ניט געווען מקום המפסיק, נאר דבר המחבר.

מובטחני שלאחר הסתכלות החזקה כמבואר בכתבי כ"ק מו"ח אדמו"ר מהו ענין ההסתכלות וכו' הנה למרות זה שתכלית הנסיעה לאירלאנד היא להשתכר לפרנסתם ופרנסת ב"ב יחיו ולחזור למקום דירתם, הנה בטח גם בהמקומות והענינים שבינתים יש לפעול מה, אשר יהי' ניכר שהי' זה ע"י עסק של חסידים ותמימים ומקושרים של כ"ק מו"ח אדמו"ר.

ויה"ר שימצאו עבודה המתאמת ואופן המתאים שגם בנסיעה זו יוסיפו עכ"פ מעט אור בחשך העולם.

בברכה לנסיעה כשורה ועבודה בהצלחה ופ"ש כל חבורתו שתחי'.

א'עט

מהו"ר ארי' דוב שי: איידלמן, פריז.