ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'ק

ב"ה, י"ד תמוז, תשי"א

ברוקלין.

שלום וברכה!

דורך הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מר... שי' האב איך ערהאלטן אייער נדבה פון פינף דאללאר, און וועלכע איך האב איבערגעגעבן צו דער קופה פון לשכת חשאין, וואס דאס איז א קאסע פון וועלכער מען העלפט ארויס מענשן אדער ענינים, אן פרסום, און דער אופן פון אזא צדקה איז דער זכות פון איר זייער גרויס, און איך האף אז אט די צדקה בסתר וועט העלפן אז זיין בקשה פאר... (פאר וועמען איר האט געגעבן די צדקה) וועט העלפן אז ער זאל אנהויבן פילן בעסער אין געזונט.

די גמרא זאגט אונז, אז המתפלל בעד חבירו והוא צריך לאותו דבר הוא נענה תחלה (ווען איינער בעט בא השם יתברך פאר דעם צווייטען, און ער אליין דארף דאס אויך האבן, איז אים ענטפערט מען צום ערשטן), און אזוי ווי בכלל, אין די צייטן, איז בא יעדערן פראן א זאך וואס אים פעלט, וויל איך אייך ווינשן, אז השם יתברך זאל אייך ממלא זיין וואס אייך פעלט, און אז אייער הויז זאל זיין א אמת'ע אידישע הויז פון תורה ומצות, און וועל זיין צופרידן ווען איר וועט מיר שרייבן פון דעם.

ווי איך פארשטיי, גייט איר אפטער אין שול, וואלט איך אייך מציע זיין, איר זאלט נעמען אויף זיך - בלי נדר - צו היטן די תקנה פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, צו זאגן אלע טאג נאכן דאוונען אי[ן] דער פריה, א יום תהלים (ווי דער תהלים ווערט פאנאנדערגעטיילט אויף די טעג פון חדש), און וואלט אייך אויך פארשלאגען צו איינגעוויינען זיך צו געבן צדקה יעדען טאג פאר דאוונען, שחרית, מנחה (און דא איז ניט נוגע דער סכום, נאר די קביעות, אז יעדעס מאל פארן דאוונען זאל ניט פעלן דאס געבן צדקה פריער[)].

אין דער סדרה וואס מען האט געלייענט פאריגן שבת, הויבט זיך אן די סדרה מיטן פסוק "זאת חקת התורה" ווערט ערקלערט אין תורת החסידות אז דער ווארט חקת האט אויך די בעדייטונג פון חקיקה, וואס דער אונטערשייד פון חקיקה ביז כתיבה (פון שרייבן ביז אויסקריצען) איז אין דעם וואס בא כתיבה, איז דער דיו (די אינק) איין זאך, און אויף וואס מען שרייבט, אי[ז] א צווייטע זאך, נאר שפעטער - נאכן אויפשרייבן - ווערט דאס איין זאך, אבער בא חקיקה (אויסקריצען) ווען מען קריצט אויס אותיות אויף א שטיין, איז די אותיות זיינען פון דעם זעלבן שטיין אליין, אזוי אויך אין לערנען תורה און מקיים זיין מצות, דארף דאס זיין אין א אופן פון חקיקה אז ער און די תורה און די מצות וואס ער איז מקיים, איז איין זאך, און דענסטמאל זאגט אונז די תורה, אם בחקותי - פון לשון חקיקה - תלכו, איז דענסטמאל, ונתתי גשמיכם בעתם ונתנה הארץ יבולה וגו'.

איך האף צו הערן פון אייך בשורות טובות ואחתום בברכה.