ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'קא

ב"ה, י"ד תמוז, תשי"א

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידן צו הערן פון מר... שי' וועגען אייך און וועגן אייער גוטע ארבעט פאר ענינים פון אידישקייט, און מר... שרייבט מיר אויך אז איר דארפט האבן יעצט א רפואה;

ווען איך בין געווען פאריגן מאנטאג י"ב תמוז, אויפן ציון פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, האב איך אייך מזכיר געווען לרפואה, און איך האף אז איר וועט מיר קאנען אנזאגען א בשורה טובה אז איר פילט שוין בעסער, און וועל אייך דאנקבאר זיין פאר דער בשורה טובה אין דעם.

איך וויל אייך מעורר זיין אויף דער תקנה פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, צו זאגן אלע טאג נאכן דאוונען אין דער פריה, א יום תהלים (ווי דער תהלים ווערט פאנאנדערגעטיילט אויף די טעג פון חדש) אוזי אז אין פערלויף פון חדש זאל מען לפחות איין מאל האבן געזאגט דעם גאנצן תהלים. און אויך צו לערנען אלע טאג א פרשה חומש מיט פירוש רש"י, און איך האף אז בלי נדר וועט איר זעהן צו מקיים זיין - דעם זאגן תהלים און לערנען חומש מיט פירוש רש"י - מכאן ולהבא, וואס די ביידע ענינים פון די שיעורים זיינען ממשיך ברכה והצלחה אין דעם לעבן פון א אידן.

אין דער סדרה פון דער פאריגער וואך וואס מען האט געלייענט שבת, איז דער ערשטער פסוק, זאת חקת התורה, ווערט אין תורת החסידות ערקלערט, אז דער ווארט חקת האט נאך א בעדייטונג, פון דעם לשון חקיקה וואס דאס איז א רמז, אז אידן דארפן לערנען תורה און מקיים זיין מצות אין א אופן פון חקיקה, ניט אזוי ווי א ענין פון כתב, וואס דער דיו (אינק) איז א באזונדער זאך און אויף וואס מען שרייבט איז א באזונדער זאך, נאר שפעטער ווערן זיי צוזאמענגנומען און פארבונדען איינע מיט די אנדערע, נאר עס דארף זיין - דער לימוד התורה און קיום המצות - אין א אופן פון חקיקה, ווי מען קריצט אויס אותיות אויף א שטיין, וואס די אותיות זיינען פון דעם זעלבן שטיין אליין, ניט קיין צוגעקומענע זאך פון דער פרעמד, אט אזוי איז אויך אין קיום המצות ולימוד התורה, דארף זיין ווי א ענין פון חקיקה, אז ער און די תורה און די מצות, איז איין זאך. און דענסטמאל זאגט די תורה, אם בחקותי - פון לשון חקיקה - תלכו, איז דענסטמאל, ונתתי גשמיכם בעתם ונתנה הארץ יבולה וגו'.

בברכת רפואה קרובה.