ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'קג

ב"ה, י"ט תמוז, ה'תיש"א

ברוקלין, נ. י.

הוו"ח אי"א נו"נ משאו ומתנו באמונה וכו'

מו"ה יעקב שי' הכהן

שלום וברכה!

עס האט מיר געפרייט צו באקומען אייער בריוו פון ערב חג הגאולה י"ב תמוז, וואס איז אנגעקומען אין דעם חג הגאולה. אייער השתתפות און אייער ברודער'ס אהרן שי' הכהן ווי אויך מר בנימין'ס שי' זעקס זיינען געווען א דבר בעתו מה טוב, און איר האט זיך איינגעשאפט אלע א ספעציעלן זכות מיט א מעשה בפועל אין דעם חג הגאולה, אין דער עבודת הקדש פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.

אין דעם יום הבהיר פון חג הגאולה איז כ"ק מו"ח אדמו"ר זיכער נושא רינה ותפלה פאר זיינע מקושרים בפרט און פאר אלע וועלכע טוען פאר תורה און מאור שבתורה במסירות נפש, אז דער אויבערשטער זאל זיי גרינגער מאכן זייער השתתפות און ערמעגליכן זיי פארגרעסערן זייער השתתפות, מתוך בריאות הנכונה ומתוך הרחבה בגשמיות וברוחניות.

בייליגענד זיינען די בריוו פאר אחיו מר אהרן שי' ומר בנימין שי' זעקס, ות"ח מראש על טרחתו בזה.

בברכת הצלחה בעניניו ושיבשר בקרוב אודות זה.

א'קג

מו"ה יעקב שי': כ"ץ. אגרות נוספות אליו - לעיל תתכב, ובהנסמן בהערות שם.