ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'קו

ב"ה, כ' תמוז, ה'תיש"א

ברוקלין, נ. י.

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידן צו האבן די געלעגנהייט צו באקענען זיך מיט אייערע צוויי זין שיחיו וועלכע האבן מיר באזוכט. זיי האבן געמאכט א גוטן רושם, און איך בין זיכער, אז ווען מען רעדט מיט זיי פון צייט צו צייט אביסל מערער בנוגע צו יהדות און קיום המצוות מעשיות, וואלט עס בא זיי באקומען דעם געהעריקן אפקלאנג, און עס וואלט אויך געקומען צום אויסדרוק בא זיי און זייערע בני בית צו דערנעענטערן זיך צו תורה ומצוות נאך מער ווי ביז איצט.

אין אונזער שמועס, האבן זיי מיר דערציילט, אז איר ליידט פון דער פראסטאטע, און אז ס'איז דא א מיינונג פון א דאקטאר, אז עס וואלט זיין כדאי צו מאכן אן אפעראציע, נאר איר טראכט איבער וועגן דעם, אזוי ווי איר רעכנט אז איר זייט ניט גענוג שטארק דערצו.

בא מיר וואלט אויסגעקומען, אז איר זאלט פרעגן די מיינונג פון צוויי דאקטוירים ספעציאליסטן, און איר וועט זיי אויך דערציילן אייער מיינונג, און אויב בא זיי וועט אויסקומען, אז איר זאלט מאכן די אפעראציע, זאלט איר זי מאכן בשעה טובה ומוצלחת לויט זייערע אנווייזונגען, און דער אויבערשטער וועט געבן עס זאל דורכגיין כשורה ובהצלחה, און איר זאלט האבן אריכות ימים ושנים טובות, וואס דאס מיינט גאר כפשוטו א סך לאנגע גוטע און רואיקע יאר, אבער עס האט אויך אן אינערליכע מיינונג, אז די יארן זאלן אויך זיין לאנג און גוט ברוחניות, דאס הייסט, אנגעפילט מיט אידישקייט, אידישקייט פאר זיך און אויך דורך השפעה אויף דעם ארום, ובפרט אויף קינדער און אייניקלעך, זיי זאלן פירן זייערע הייזער און זייער לעבן בדרך התורה והמצוה.

איצט אין די "דריי וואכן", וועלכע דערמאנען אונז די צייט פון חורבן, דארף מען אויך געדיינקען וואס די גמרא דערציילט אונז, אז דער עיקר סיבה פון חורבן איז שנאת חינם. אזוי ווי מיר ווילן אלע און האפן אלע אויף דער גאולה שלימה ואמיתית בקרוב ממש, דארף מען לעגן ספעציעלע השתדלות אראפצונעמען די סיבה וואס האט גורם געווען צום חורבן, ד. ה. מען דארף לעגן ספעציעלע השתדלות אויף אהבת ישראל. דאס איז בפרט שייכות צו כהנים, וועלכע זאגן אין ברכת כהנים - לברך את עמו ישראל באהבה, וואס לויט ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האט איבערגעגעבן אין נאמען פון איינעם פון די צדיקים נסתרים, האבן די ווערטער אין זיך אויך די כוונה - צו בענטשן זיין פאלק ישראל מיט דער מידה פון אהבה, זיי זאלן האבן אהבה איינער צום צווייטן, און זאלן דאס אויסדריקן מיט מעשים בפועל, בגשמיות און נאך מער ברוחניות.

איך האף צו הערן פון אייך גוטע בשורות. איך בעט איבערגעבן א גריס צו אייערע זין שיחיו, און האף פון זיי אויך צו הערן גוטע בשורות.

בברכה.