ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'קטז

ב"ה, כ"ז תמוז, ה'תיש"א

ברוקלין, נ. י.

הוו"ח אי"א נו"מ וכו' מו"ה יוסף שי'

שלום וברכה!

איך האב באקומען אייער בריוו פון ה' בלק. איך בין זייער צופרידן, וואס איר האט אנגענומען מיין פארשלאג וואס איך האב געמאכט זייענדיק אויפן ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועגן ביישטייערן זיך טויזנט דאלער פאר דעם רבי'נס דעם שווער'ס ארבעט אין אפריקע. זעלבסטפארשטענדליך וועט דאס צוגערעכנט ווערן אויפן חשבון פון דער פראגראם פון אייער השתתפות אין דער סומע פון פופציק טויזנט דאלער.

דאס וואס איר האט זיך געמאכט אן אנשטרענגונג צו שיקן די טויזנט ד' אין דער צייט, ניט קוקנדיק וואס איר זייט פאראיינגט אין קעש, דאס מאכט נאך גרעסער אייער זכות, דאס איז אויך אין איינקלאנג מיט דעם פסוק "אשרי משכיל אל דל ביום רעה ימלטהו ה'", וואס דער טייטש דערפון איז אויך אז אין דער צייט ווען איינער איז פארענגט אין געלט און איז אין דעם זין אליין א "דל", און פונדעסטוועגן רעכנט ער זיך ניט דערמיט און גיט צדקה מער ווי די מעגליכקייטן אין יענער צייט, און דאן וועט זיכער מקויים ווערן אויך דאס וואס שטייט ווייטער "ואני בתומי תמכת בי ותציבני לפניך לעולם" - און איך, אין מיין גאנצקייט (באמונה) שטיצט דו מיך און האסט מיך אויפגעריכטעט פאר דיר אויף אייביק (תהלים מ"א).

איך האף אויך, אז עס וועט מקויים ווערן דאס וואס עס שטייט אין נביא מלאכי, אז דער אויבערשטער זאגט ובחנוני נא בזאת - פרואווט מיך אויס אין דער מצוה פון צדקה, וועט איר זען "אם לא אפתח לכם ארובות השמים והריקותי לכם ברכה עד בלי די" - אז איך וועל עפענען פאר אייך די פענסטער פון הימל און וועל אייך שיקן ברכה אן אויפהער. דער אויבערשטער זאל געבן, אז איר זאלט דאס זען בפועל ממש בהצלחה מופלגה און איר זאלט קענען נאכקומען אלע אייערע פארפליכטונגען און זיי נאך גרעסער מאכן.

בברכת הצלחה ומנוחה.

א'קטז

מו"ה יוסף: רבינסון, אגרות נוספות אליו - לעיל תתקמז, ובהנסמן בהערות שם.