ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'קכא

ב"ה, ד' מנ"א, תשי"א ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מהו"ר חיים יעקב שי'

שלום וברכה!

עס האט מיך געפרייט צו הערן א גרוס פון אייך דורך ידידנו הרה"ג והרה"ח אי"א נו"מ עוסק בצרכי צבור באמונה כו' וכו' מהו"ר אברהם אלי' שי אקסעלראד, און האט אויך געשיקט אייער מעמד געלט,

איך בין זיכער, אז אייער באטייליגן זיך אין מעמד, איז ניט נאר מיט געלט אליין, נאר דאס באווייזט מער אויף אייער הארץ געפיל און פארעהרונג אלס אויסדרוק פון התקשרות צו אלע ענינים פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועלכער האט זיך מוסר נפש געווען צו איינפלאנצען תורה ויהדות איבער דער גאנצער וועלט און ספעציעל אין דער לאנד, און וואס אויך איצטער, ווי דער לשון פון זהר הקדוש, צדיקא דאתפטר אשתכח בכולהו עלמין יתיר מבחיוהי (א צדיק נאך זיין הסתלקות פון דעם עולם, געפינט זיך אין אלע וועלטן נאך מער ווי באם לעבען זיינעם דא) האט ער א אויג אויף אלע זיינע ענינים וואס ער האט אויפגעטאן, און האט א קורת רוח, וואס זיינע ענינים וואקסען און שפרייטן זיך אויס בהצלחה, און פאר די אלע וועלכע נעמען איינטייל און העלפען אין זיינע ענינים, יעדערער נאך זיין מעגליכקייט, איז ער - דער צדיק - מעורר רחמים אויף זיי, צו געבענטשט ווערן יעדערער אין וואס ער באדארף.

בא דער געלעגענהייט שיק איך אייך, א פארצייכנונג פון דעם וואס איך האב געזאגט צו די תלמידים פון דער ישיבה, וועלכע ניצן אויס זייער וואקיישאן צו פארען איבער דער מדינה, אויף צו פארשטארקן אידישקייט, וואס איך האף אז אויך אייך וועט דאס אינטערעסירן, איר קאנט פילייכט אויסניצן דעם רעיון פון דעם שמועס, אויף צו ווירקען אויף אייערע באקאנטע, צו מקרב זיין זיי מער צו תורה און מצות בכלל און צו מנהגי ודרכי החסידות בפרט,

בברכה לאריכות ימים ושנים טובות, גאר כפשוטו, לאנגע געזונטע יארן, און אויך ווי די כוונה פנימית פון דעם, אז דאס זאל זיין גוטע געזונטע יארן אויסגעפילט מיט תורה אור ונר מצוה.

א'קכא

מהו"ר חיים יעקב: גאס, גרינסבארא.