ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'קכד

ב"ה, ד' מנ"א, תשי"א ברוקלין.

שלום וברכה!

...אין די נייען טעג, דערמאנען זיך אלע אויף דעם מאמר רז"ל, אז דער חורבן איז געווען פאר דעם חטא פון שנאת חנם, דאס הייסט ניט ליב האבן דעם צווייטן אן קיין שום פארוואס, און אן קיין שום יסוד, מיר אלע אידן ווילן דאך ארויס פון גלות וואס פריער, במילא דארפמען אראפנעמען די סיבה וואס האט מיטגעבראכט דעם גלות, וואס דער תיקון אויף דעם איז "אהבת חנם" דאס הייסט האלט האבן א אידן אן א פארוואס, און אפילו אזא אידן, וואס דער עם ישראל האט פון אים קיין טובה ניט, און מען ווייסט ניט צו האט בכלל וועלכער איד פון אים א טובה, און עס איז אפילו א ספק צי מען קאן אויף אים אנווענדען דעם ואהבת לרעך כמוך, ווייל ער איז ניט קיין רעך ר"ל, ער לערנט ניט קיין תורה און איז ניט מקיים קיין מצות, קומט אבער "אהבת חנם" אז אויך אזא אידן זאל מען האלט האבן, און אז מען פירט זיך אזוי, נעמט [מען] דערמיט אראפ די סיבה וואס האט מיטגעבראכט דעם חורבן און גלות, און דערמיט מאכט דער איד ליכטיג זיין ווינקעל, במילא ווערט ליכטיג בחלקו בעולם און עס קומט צו מער ליכטיגקייט, ביז סוף כל סוף וועט מען באלייכטן דעם גלות און מיר וועלן זוכה זיין צו דער גאולה השלימה והאמיתית בעגלא דידן דורך משיח צדקנו.

בברכה אויף א גוטן זומער בגו"ר.