ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'קלז

ב"ה,

מיט פערגניגען האב איך, זיינערצייט, אנגענומען די הצעה פון הרה"ח הוו"ח אי"א נו"מ וכו' מו"ה מנחם זאב שי' הלוי, אז ער זאל צוזאמענשטעלען א קובץ פון דינים און מנהגים וועלכע זיינען נוגע אין טאג טעגליכען לעבען, אבער, אויף וועלכע מען לייגט ניט גענוג אכט, מאנכע מענשען ווייל זיי ווייסען ניט די הארבקייט פון די דינים ומנהגים, און אנדערע ווייל זיי ווייסען בכלל ניט פון זיי.

און מיט גרויס צופרידענהייט פון ערשיינען פון ערשטען קובץ, שרייב איך די פאר שורות בתור בעגריסונג וברכה,

א ברכה, אז דברים היוצאים מן הלב פון הרה"ח המקבץ ועורך, זאל אין זיי מקויים ווערן די 1הבטחה אז נכנסים אל הלב פון די צו וועלכע דער קובץ וועט דערגיין, אז זיי זאלען עס אראפ-בריינגען אין א בפועל ממש, מקיים זיין די דינים ומנהגים, כל אחד לפי ענינו, בקום ועשה און שב ואל תעשה.

וואס זיכער וועט דערצו מיטהעלפען, און אין גאר א גרויסער מאס, די צוגעפאסטע אויסצוגען פון שיחות כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, פון זיינע בריף וכו', וואס הרה"ח המקבץ האט מצרף געווען.

* * *

בכמה מקומות האט מען אונז אנגעוויזען אויף וויפיל עס איז וויכטיג די זהירות אין די ענינים, וואס ווערען פון פיעלע מענשען בעטראכט אלס לייכטע זאכען. מען האט אונז מזהיר 2געווען אז דאס קען בריינגען צו, ח"ו, לגמרי אראפ פון וועג: הוי מושכי העון בחבלי השוא, דדש בי' בעקבא ולא חייש עלי', ולבתר אתתקף ואתעביד כעבות העגלה, ואתתקף ההוא חטאה ואסטי לי' בהאי עלמא ובעלמא דאתי. מען האט אונז 3געווארענט וועגען דער שטראף: למה אירא בימי רע (דערפאר וואס) עון עקבי, מצות קלות שאין בני אדם משגיחין בהן אלא משליכין אותן תחת עקביהן, יסובני. מען האט אבער אויך אונז מבטיח 4געווען וועגען דער גרויסקייט פון דעם שכר:

והי'5 עקב תשמעון, אם המצות קלות שאדם דש בעקביו תשמרון, ושמר הוי' אלקיך לך את הברית ואת החסד אשר נשבע לאבותיך ואהבך וברכך והרבך וגו'.

מנחם שניאורסאהן

אור ליום הרביעי פ' והי' עקב תשמעון, עשרים במנחם אב, ה'תיש"א ברוקלין, נ. י.

א'קלז

נדפסה בתחלת ה"קובץ ליקוטי דינים" ובלקו"ש ח"ד ע' 1335. א קובץ פון דינים: ראה לעיל ח"ג אגרת תרנז. לקמן א'קמט. א'קצ. 2) זהר מקץ קצט, רע"א. וראה אגרת התשובה פ"ז. 3) תנחומא ר"פ עקב. וראה לקו"ת דרושים לר"ה סב, ד. 4) פרש"י ר"פ עקב. וראה תו"א ויצא כג, ג. 5) אין והי' אלא שמחה (ב"ר פמ"ב), משא"כ הוי (מושכי עון) - צרה.

ויובן השייכות לעקב עפמשנ"ת בפי' המלות להצ"צ (ח"ב מס' דרך מצותיך) עה"פ אשרי יושבי ביתך (בענין הוי), ובלקו"ת ראה ל, ד. וברשימות איכה ע' לא (בענין והי'). - בענין עקב ראה עץ חיים שער לח פ"ג. שער הפסוקים בראשית כו, ה. לא, יט. ובכ"מ.