ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'קלח

ב"ה, כ"א מנ"א, תשי"א ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון י"ז מנ"א וואו איר שרייבט אז אייער פאטער שי' מאנט פון די קינדער שיחיו צו געבן אים די מעגליכקייט צו פארן אין אה"ק ת"ו, און אייער מוטער שי' וויל ניט מיטפארן...

איך וויל אייך דערציילן א סיפור וואס איך האב געהערט פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר, דעם צמח צדק'ס א חסיד האט געוואלט פארן אין ארץ ישראל האט אים דער צמח צדק געזאגט: ר' הלל'ן פעלט ניט ארץ ישראל, און דיר פעלט ארץ ישראל, מאך דא ארץ ישראל (פון דעם ספור זעהט מען אז דער צמח צדק האט אפילו אונטער די אויגן גערופן מיט א רבי ר' הלל'ן) איך האף אז איר וועט האבן בשורות טובות אין דעם וועט איר מיר שרייבן.

נעכטן, צוליבן יארצייט נאך מיין פאטער ז"ל, בין איך געווען אויפן אהל פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, און האב מזכיר געווען אייך און אייערע בני בית להמצטרך להם.

איך רעכן אז דעם מאמר - באנגלית - וועגען אפריקה און אויך די חוברת פון עסקנות צבורית האט איר שוין מסתמא ערהאלטן, און וועט מודיע זיין פון דעם.

בברכה.

א'קלח

א סיפור: ראה אג"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע ח"א אגרת עדר. ר' הלל'ן: רשם הלל'ן.